| |
די בינע־טעטיקײט פֿון מינאַ בערן דאַרף פֿאַרטײלט װערן אױף עטלעכע תּקופֿות — פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ביז איר אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג:
— אַ יונגע ייִדישע אַקטריסע אין פֿאַרמלחמהדיקן פּױלן, ביזן אױסבראָך פֿון דער צווייטער װעלט־מלחמה;
— די מלחמה־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אוגאַנדע;
— איר אַרבעט אין ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין ארץ־ישׂראל — 1944־1949;
— איר בינע־טעטיקײט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ זי לעבט און שפּילט ייִדיש טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג.
מינאַ בערן איז געבױרן געװאָרן אין שטעטל ביעלסק־פּאָדלאַסקי, קאָנגרעס־פּױלן. איר טעטיקײט אין ייִדישן פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער האָט זיך אָנגעהױבן אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. ייִדיש טעאַטער אין פּױלן האָט אין יענער צײַט געבליט — די "װילנער טרופּע", "יוגנט־טעאַטער", "װיקט", "קאַמינסקי־טעאַטער" — צענדליקער ערנסטע ייִדישע דראַמאַטישע אַנסאַמבלען. אין 1927 איז אין לאָדזש געשאַפֿן געװאָרן דער רעװי־ און סאַטירע־טעאַטער פֿון משה בראָדערזאָן. דאָס טעאַטער "אַררט" איז געװען געבױט אױף הומאָר און סאַטירע, דורכגעפֿלאָכטן מיט לידער, מוזיק און טענץ. אינעם טעאַטער האָבן מיטגעאַרבעט אַזעלכע אַקטיאָרן ווי דזשיגאַן און שומאַכער; אויך אַנדערע סצענאַריסטן ווי יצחק קאַצענעלסאָן; די מוזיק האָבן געשריבן אַזעלכע באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן װי גלאַטשטײן און הענעך קאָהן. דאָס איז געװען דער אײנציקער ייִדישער סאַטירע־טעאַטער אין דער װעלט.
מינאַ בערן האָט אירע ערשטע שריט געמאַכט אין ביאַליסטאָקער טעאַטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון באַקאַנטן טעאַטראַל און רעזשיסאָר יהודה גרינהױז.
מינאַ פֿאָרט אַרױס פֿון ביאַליסטאָק קײן לאָדזש און װערט גלײַך אַנגאַזשירט אין דעם טעאַטער "אַררט". זי פֿאַרמאָגט אַלע מעלות צו שפּילן אין אַזאַ מין טעאַטער — אַ יונגע, אַ שײנע, אַ לוסטיקע מיט אַ פּרעכטיקער שטימע; זי קען זינגען און טאַנצן — דאָס איז דער פּאַסיקער קאַנדידאַט פֿאַר אַ טעאַטער פֿון דעם זשאַנער! עס דאַרף, אַגבֿ, געזאָגט װערן, אַז מינאַ, װעלכע צײכנט זיך אױס אין פֿאַרשײדענע טעאַטער־זשאַנערס, איז אַממײנסטנס גענײגט צום לײַכטן, פֿאַרװײַלערישן רעפּערטואַר, צו רעװי און קאָמעדיע. זי האָט אין דער סבֿיבֿה פֿון "אררט"־טעאַטער פֿאַרנומען זײער אַ בכּבֿודיק אָרט.
כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין יענער תּקופֿה צװישן בײדע װעלט־מלחמות האָבן זיך אױף דער ייִדישער בינע אין דער גאָרער װעלט און באַזונדערס אין פּױלן באַװיזן זײער גרױסע שױשפּילער — אידאַ קאַמינסקאַ, די ברידער טורקאָװ, קלאַראַ סעגאַלאָװיטש, דיאַנאַ בלומענפֿעלד, אײַזיק סאַמבערג, אַלכּסנדר גראַנאַך, דינה האַלפּערן, רחל האָלצער, — צענדליקער גרױסע שױשפּילער, װאָס װאָלטן געקאָנט פֿאַרנעמען די חשובֿסטע פּאָזיציעס אין די טעאַטערס בײַ די אומות־העולם.
מינאַ בערן באַקומט אַ נאָמען בײַם ייִדישן טעאַטער־עולם נאָך פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה.
מיטן אױסבראָך פֿון דער מלחמה אַנטלױפֿט זי קײן רוסלאַנד און אױך דאָרט שפּילט זי ייִדיש טעאַטער (מען האָט נאָך דעמאָלט געמעגט!). אַ געװיסע צײַט האָט זי געשפּילט אין דעם אַזױ גערופֿענעם "ביאַליסטאָקער ייִדישן מיניאַטור־טעאַטער".
אין יאָר 1941 באַװײַזט זי זיך אַרױסצובאַקומען פֿון די פֿאַרנומענע סאָװעטישע געביטן און באַזעצט זיך אין טיף־רוסלאַנד. דאָרט װערט מינאַ מאָביליזירט אין די אַזױ גערופֿענע פֿאַרװײַלונגס־בריגאַדעס, װאָס זענען אַרױסגעפֿאָרן אױף די פֿראָנטן ברענגען אַ ביסל פֿרײד און האָפֿענונג די קעמפֿנדיקע סאָװעטישע סאָלדאַטן.
אין 1942 קומט מינאַ אָן קײן אוגאַנדע לױטן הסכּם װאָס איז דערגרײכט געװאָרן דורך דער פּױלישער עמיגראַציע־רעגירונג אין לאָנדאָן און דער סאָוועטישער רעגירונג אַרױסצולאָזן פּוילישע פּליטים פֿון רוסלאַנד, באַגרענעצטע פֿיזיש, קראַנקע, פֿרױען מיט קלײנע קינדער און אַנדערע. מינאַ בערן געהערט צו דער קאַטעגאָריע — זי האָט אַ פּיצל קינד. מען שיקט אַרױס די מענטשן זײ זאָלן בױען הײַזער אין דער דזשונגל...
זי באַקומט אַ צערטיפֿיקאַט פֿון ארץ־ישׂראל און אין יאָר 1944 קומט זי אָן אין לאַנד.
ייִדיש טעאַטער האָט דעמאָלט אין ישׂראל נישט עקזיסטירט, אָבער אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן זענען שױן געװען אין לאַנד. די באַקאַנטע ייִדישע אַקטריסע פֿון רומעניע זשעני לאָװיטש, דער אַקטיאָר פֿון פּױלן מאָטל הילסבערג און מינאַ בערן שאַפֿן אַ קלײנעם ייִדישן טעאַטער און מען שפּילט אַ לײַכטן רעפּערטואַר. קײן בנין איז נישט געװען — שפּילט מען אין פּאַרקן, בײַם ברעג ים... די ייִדן זענען אױסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש װאָרט.
אין יאָר 1945 שליסט זיך מינאַ בערן אָן צום באַקאַנטן העברעיִשן הומאָר־ און סאַטירע־טעאַטער "לי־לה־לו". מען שפּילט סקעטשן, פּאַראָדיעס, מאָנאָלאָגן, מען זינגט נײַע העברעיִשע לידער. מינאַ בערן איז געװאָרן אַ העברעיִשע אַקטריסע... דער טעאַטער "לי־לה־לו" איז געװען אױף אַ הױכער קינסטלערישער מדרגה. די בעסטע דיכטער, האָבן געשריבן טעקסטן, װי, למשל, דער באַרימטער פּאָעט נתן אַלטערמאַן — מוזיק האָט געשריבן דער קאָמפּאָזיטאָר משה װילענסקי. אין דעם אַנסאַמבל האָבן זיך באַטײליקט די בעסטע אַקטיאָרן פֿון ישׂראל — דאָס איז געװען אַן אַװאַנגאַרד־טעאַטער.
אַזאַ טעאַטער איז הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל שױן נישט פֿאַראַן.
מינאַ בערן האָט געדינט אין דער ישׂראל־אַרמײ, צה"ל, אין יאָר 1948, בעת דער באַפֿרײַונגס־מלחמה. אין יאָר 1949 באַקומט זי אַן אײַנלאַדונג פֿונעם "נאַציאָנאַל־טעאַטער" אין ניו־יאָרק און שפּילט די ערשטע פֿאָרשטעלונג "שלום, תּל־אָבֿיבֿ". אין דער פֿאָרשטעלונג באַטײליקט זיך דער באַקאַנטער ייִדישער שױשפּילער בען באָנוס, װעלכער איז שפּעטער געװאָרן איר מאַן.
בען באָנוס האָט אין יענער צײַט געשאַפֿן דעם "װילעדזש ייִדיש טעאַטער". דער טעאַטער האָט געהאַט דעם גרעסטן דערפֿאָלג. זײ האָבן געשפּילט אין אַלע שטעט פֿון אַמעריקע פֿון ברעג צו ברעג. װעגן בען באָנוס שרײַבן חנה און יוסף מלאָטעק אין אַן אָפּהאַנדלונג אין "פֿאָרװערטס" אונטערן קעפּל "דער טרובאַדור פֿון ייִדישן ליד": "בען באָנוס איז געװען אונדזער לעצטער בעל־תּפֿילה, װאָס האָט מיט זײַן אײגענעם נוסח געקענט אױסדאַװנען דאָס ייִדישע קינסטלערישע װאָרט. ער האָט געטריבן זײַן װאָגן אױף װעלכן ער האָט געפֿירט די 'חבֿרה פֿרײלעכע ייִדישע אַקטיאָרן’ צוזאַמען מיט מינאַן".
מינאַ בערן שפּילט ייִדיש טעאַטער — די דראַמע, קאָמעדיע, װאָדעװיל, רעװי, פֿאָלקס־שפּיל. זי שפּילט ייִדיש טעאַטער אין אַמעריקע שױן 57 יאָר.
אַ װיכטיק קאַפּיטל אין איר בינע־טעטיקײט איז איר אַרבעט אין דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק. װאָס איז דאָס אַזױנס "פֿאָלקסבינע"? עס איז אַן אָנגענומענער כּלל, אַז "פֿאָלקססבינע" איז אַן "אַמאַטאָריש טעאַטער". איך װעל מיט דער דאָזיקער דעפֿיניציע נישט מסכּים זײַן...
װאָס באַטײַט פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער? פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער באַשטײט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, װאָס שפּילן אַ קינסטלערישן רעפּערטואַר. אױב די דעפֿיניציע איז אַ ריכטיקע, איז די "פֿאָלקסבינע" — אַ פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער מיט אַלע קאָמפּאָנענטן פֿון אַ גוטן טעאַטער. "פֿאָלקסבינע" איז דאָס עלטסטע ייִדישע טעאַטער אין דער װעלט.
אין דעם טעאַטער האָבן געשפּילט די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן, װאָס אַמעריקע פֿאַרמאָגט. װי קען מען רעדן װעגן אַן אַמאַטאָריש טעאַטער (װאָס דאָס איז, אַגבֿ, נישט קײן בושה) אין דער צײַט, װען אין דעם טעאַטער האָבן יאָרן־לאַנג געשפּילט אַזעלכע אַקטיאָרן, װי לעאָן ליבגאָלד, דער באַקאַנטער פֿאַרדינסטפֿולער אַקטיאָר דוד ראָגאָװ, רײזל באָזשיק, צפּורה שפּײַזמאַן, שפֿרה לערער, מינאַ בערן?
מינאַ בערן האָט במשך פֿון די 57 יאָר לעבן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן זיך באַטײליקט אין צענדליקער פֿאָרשטעלונגען, סײַ מיט בען באָנוס, סײַ אין דער "פֿאָלקסבינע". זי האָט געשפּילט צענטראַלע ראָלעס און אױך "קלענערע" ראָלעס.
גוטע אַקטיאָרן זאָגן זיך נישט אָפּ פֿון די אַזױ גערופֿענע "קלײנע ראָלעס"... זי האָט זיך אױסגעצײכנט אין איר ראָלע אין שלום־עליכמס "סטעמפּעניו" און "דאָס גרױסע געװינס", אין "מירעלע אפֿרת", אין "יאַנקל דער שמיד" און אין "זיסע חלומות".
אין די לעצטע יאָרן איז מינאַ בערן געװאָרן אױך אַ פֿילם־אַקטריסע אין דער אַמעריקאַנער פֿילם־פּראָדוקציע. זי האָט געשפּילט אין בערי לעװינסאָנס "אַװאַלאָן", אין אַ פֿילם פֿון באַרימטן פֿילם־רעזשיסאָר װוּדי אַלען "סעלעבריטי", "איך בין נישט ראַפּאָפּאָרט" "פֿלאַלעס" און "ליטל אַדעסאַ".
מינאַ בערן האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק זיך באַטײליקט אין דער װעלט־פּרעמיערע פֿון "יענטל", אױפֿגעפֿירט אין דער "פֿאָלקסבינע". דאָס איז אַ גלענצנדיקע דערצײלונג פֿון י. באַשעװיס־זינגער, באַאַרבעט פֿאַר דער בינע דורך לאה נאַפּאָלין. אין דער פֿאָרשטעלונג שפּילט זי אַ צענטראַלע ראָלע.
מינאַ בערן איז הײַנט־צו־טאָג אײנע פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע אַקטריסעס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.



קהילה־לעבן 






מינע בערן 