צווישן דעם איצטיקן זשום און רעש ערבֿ די וואַלן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט זיך די טעג דערהערט אַ קול, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק מיט זײַן ניכטערער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן דער דערקלערונג פֿון האַואַרד דין, דער הויפּט פֿונעם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט. און געזאָגט האָט ער, אַז אויב די דעמאָקראַטן וועלן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן קאָנגרעס, הייסט עס נאָך נישט, אַז עס וועט זיך בײַטן דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קורס מכּוח דער מיליטערישער אַקציע אין איראַק.

פֿון יצחק לודען (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָמער מײנט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, װאָס האָט דערמעגלעכט איװעט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג װי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געװאָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען װי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס.

פֿון ג. יעקבי (אָקספֿאָרד, ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.

פֿון פּעסיע פּאָרטנױ (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ לענגערער צײַט פֿון דערװײַטערונג האָב איך זיך צוריקגעקערט צום "ייִדישפּיל"־טעאַטער. ער איז טאַקע נישט געבליבן שטײן אױף אַן אָרט, דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל. אמת, נישט קײן שאַרפֿע ענדערונגען זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען, אַלנפֿאַלס נישט אין דער באַציִונג צו דער טעאַטער־קונסט; אָבער דאָך, קאָן מען זען אַ ממשותדיקן רוק פֿאָרויס, בעיקר, וואָס שייך דעם פּראָפֿעסיאָנעלן צוגאַנג צו דער אַרבעט װאָס הײסט טעאַטער.

פֿון ה. מאַניעווסקי (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה דערשײַנט דעם אויבערשטנס צוזאָג, אַז דאָס לאַנד ארץ־ישׂראל וועט געהערן צו די קינדער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו. דער אויבערשטער זאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לזרעך אתּן את הארץ הזאת" — צו דײַנע קינדער וועל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד.

פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

תּיכּף נאָכן אָנפֿאַל פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן עטלעכע צענדליק ייִדיש־סאָוועטישע שרײַבער וואָלונטירט אין דער רויטער אַרמיי און די מערסטע פֿון זיי זײַנען געפֿאַלן אין קאַמף מיט די דײַטשישע אַרײַנדרינגער. צווישן די וואָלונטירער איז אויך געווען וואַסילי גראָסמאַן, אַ רוסישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.

פֿון נאַטאַלי וועקסלער און אַרנאָלד קוזמאַק (וואַשינגטאָן)
פֿון גענאַדי עסטרײַך
שׂרה־רחל שעכטער (‫ניו־יאָרק)
פֿון גענאַדי עסטרײַך
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
פֿון שׂרה־רחל שעכטער