ליבערמאַן — די סטראַשידלע קעגן דעם איראַנישן אַטאָם
פֿון יצחק לודען (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָמער מײנט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, װאָס האָט דערמעגלעכט איװעט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג װי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געװאָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען װי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס.

אָבער — באַקומענדיק דעם פֿאָרמעלן סטאַטוס פֿון אַ סטראַטעגישער סטראַשידלע קעגן דער אַטאָמישער באַװאָפֿענונג פֿון איראַן, איז ער געװאָרן אַ סטראַטעגישע סטראַשידלע קעגן אָלמערטס שותּפֿים אין דער קאָאַליציע, אין דער ייִדישער מלחמה אַרום דעם מדינה-בודזשעט און פֿאַר "איבערלעבן און אויפֿהאַלטן" די רעגירונג, זי זאָל נישט אַרײַנפֿאַלן אין די אָרעמס פֿון... נתּניהו.

אַנדערע זאָגן: מיט זײַנע כּהנא'יִסטישע און טראַנספֿעריסטיש-ראַסיסטישע אַרויסטרעטונגען שטעלט ליבערמאַן מיט זיך פֿאָר אַ סטראַטעגישע סטראַשידלע קעגן דעם דעמאָקראַטישן רעזשים פֿון דער מדינה. איז דאָך זײַן פֿאָרמעלער מאָטיוו אַרײַנצוטרעטן אין דער רעגירונג געװען, אַז די קאָאַליציע זאָל אַדאָפּטירן און די כּנסת זאָל באַשטעטיקן מיט אַ מערהייט שטימען — זײַן געזעץ-פּראָיעקט װעגן אײַנפֿירן אין ישׂראל אַ פּרעזידענט־רעזשים. אַ רעזשים מיט אויסגעברייטערטע אויטאָריטאַטיװע פֿולמאַכטן װי אַ רעגירונגס-שעף, און מיט פֿאַרשמעלערן די פֿונקציעס און די קאָמפּעטענצן פֿון דער כּנסת. דאָס אַלץ, פֿאַרשטייט — אויס זאָרג פֿאַר דער מדינה און אין נאָמען פֿון פֿאַרשטאַרקן די סטאַביליטעט פֿון דער מאַכט. און װען דאָס איז אים אָנגעקומען גאָר לײַכט און איז אַדורכגעגאַנגען "גלאַטיק", דערצו נאָך מיט דער װאַרעמער ברכה פֿון דער "עבֿודה", האָט זיך דער עקסטרעם-רעכטער ליבערמאַן דערפֿילט אין דער רעגירונג װי בײַ זיך אין דער הײם, געכּשרט און אָפּגערייניקט פֿון זײַנע מיליטאַנטיש-ראַסיסטישע חטאים אין זײַן סטראַטעגישן מיניסטער-פּאָרטפֿעל.

"ישׂראל נײטיקט זיך אין אַ בעל-הבית" — האָט ליבערמאַן דערקלערט, — און דער טויער צו דער מאַכט האָט זיך פֿאַר אים ברייט צעעפֿנט. און אָלמערט האָט געװוּנען נאָך אַ יאָר, און אפֿשר מער, צו פֿאַרלענגערן דאָס לעבן פֿון דער רעגירונג.

כּדי אָבער נישט אָפּצושרעקן זײַנע קומענדיקע שותּפֿים, האָט ער דערװײַל זיך אָנגעבאָטן װי אַן איינציקער פֿאַרטרעטער פֿון זײַן װאַקסנדיקער פּאַרטײ פֿון די רוסיש-רעדנדיקע — "ישׂראל ביתּנו" — מיטן צוזאָג, אַז מיט דער צײַט װעט ער פֿאַרלאַנגען אַ געהעריקע פּראָפּאָרציאָנעלע פֿאַרטרעטערשאַפֿט אין דער רעגירונג. ער באַנוגנט זיך דערװײַל נאָר מיט זײַן אייגענעם אַמט, װי דער "מיניסטער פֿאַר דער סטראַטעגיע קעגן דער איראַנישער געפֿאַר", און אויך ווי דער װיצע-פּרעמיער פּון דער רעגירונג און מיטגליד אין דעם רעגירונגס-קאַבינעט פֿאַר די ענינים פֿון זיכערהייט און פֿאַר אויסערלעכע ענינים.

* * *

נאַציאָנאַלע קריזיסן לאָזן תּמיד אַרויסװאַקסן פֿון זיך נײַע מנהיגים און פּאָליטישע כּישופֿמאַכערס. זײ קומען אויף װי "נאַציאָנאַלע רעטערס" אין דער אַטמאָספֿער פֿון ייִאוש און אַנטוישונג פֿון די פֿריִערדיקע מנהיגים מיט זייערע דורכפֿאַלן, מיט זייערע נישט דערפֿילטע אָדער פֿאַרפֿירטע הבֿטחות און נישט געלייזטע פּראָבלעמען. נאַציאָנאַלע קריזיסן זענען אַ פֿרוכטיקער באָדן פֿאַר דער בענקשאַפֿט נאָך אַ "שטאַרקער האַנט", אַ "באַלעבאָס", װאָס זאָל זײ באַפֿרײַען פֿון זייערע מוח-ראַנגלענישן און װאָס זאָל טראַכטן און זאָרגן פֿאַר זיי און זאָל זײ אויך באַשיצן פֿון די דראָענדיקע געפֿאַרן.

פֿיפֿיקע דעמאַגאָגן װײסן װי אויסצונוצן די נאַציאָנאַלע קריזיסן און אויף זייער באָדן אויסצופֿלאַסטערן פֿאַר זיך דעם װעג צו דער מאַכט. און — קיינער לייקנט שוין הײַנט נישט, אַז די מדינה לעבט איצט איבער אַ שװערן נאַציאָנאַלן קריזיס, אין רעזולטאַט פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה.

מדינת־ישׂראל, װעלכע האָט נאָך אַלץ נישט קיין סטאַבילע גרענעצן, איז שוין איבערגעקומען נישט איין מלחמה מיט אירע אַרומיקע אויסערלעכע פֿײַנט. לרובֿ זענען דאָס נישט פֿאַרענדיקטע מלחמות, כּל-זמן דער שלום איז נאָך פֿון זיי נישט אַרויסגעװאָקסן — חוץ אפֿשר דער יום־כּיפּור-מלחמה, װעלכע האָט געבראַכט מיט זיך דעם שלום-אָפּמאַך מיט מצרים; דאַקעגן זענען אָבער די אינערלעכע "ייִדישע מלחמות" געװאָרן אַ פּערמאַנענטע דערשײַנונג, װײַל זײ באַציִען זיך צו דער אינערלעכער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה. איינע פֿון די "סטאַבילע" פּלאָגן, פֿון װעלכע עס לײַדט די מדינה, איז — איר פּאָליטישע נישט-סטאַבילקייט, באַזונדערס, אין דער גאָר לעצטער צײַט. די איצטיקע רעגירונג איז שוין די 31סטע אין די קרובֿ 59 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, און יעדע נײַע רעגירונג קומט מיט אַ נײַער "אַדזשענדע", מיט אַ נײַעם סדר-היום פֿון די נאַציאָנאַלע באַשטימונגען — װאָס װערן אָבער זייער זעלטן אַדורכגעפֿירט אָדער אויסגעפֿירט ביזן סוף. גרויסע פּראָיעקטן װערן מערסטנס נישט רעאַליזירט אָדער פֿאַרשטערט צוליב דעם פֿעלן פֿון אַ קאָנסטיטוציע און צוליב — די אָפֿטע מלחמות און דעם פּערמאַנענטן טעראָר. נישט געקוקט אָבער אויף אָט די שװערע באַדינגונגען גייט אָן אַלע יאָרן די גרויסע עליה און דער גרויסער עקאָנאָמישער און אינדוסטריעלער פֿאַנאַנדערבוי פֿון דער מדינה. אין דער זעלבער צײַט אָבער גײט אויך אָן די ירידה און די פאַרטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן צװישן אָרעמע און רײַכע, מיטן דראַסטישן װוקס פֿון דער אָרעמקייט. בן-גוריונס חזון פֿון "סאָציאַליזם בימינו" — סאָציאַליזם אין אונדזערע טעג — איז שוין פֿון לאַנג געװאָרן פֿאַרגעסן און פֿאַרװאָרפֿן. מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט הײַנט איינע פֿון די פֿאָדערשטע ערטער אויפֿן געביט פֿון סאָציאַלער אומגלײַכהײט און נישט-יושר.

אויב די מדינה האַלט אויס און לעבט איבער די דאָזיקע אַלע שװאַכקייטן און פּלאָגן, נישט געקוקט אויף די אָפֿטע מלחמות און די אינערלעכע קעגנזאַצן — איז דאָס אין זכות פֿון איר דעמאָקראַטישן רעזשים, װעלכער איז דער שטאַרקער זײַל פֿון דער מדינה. עס זענען שוין אויסגעפּרוּװט געװאָרן ענדערונגען פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרישער שיטה — זײ האָבן אָבער נישט פֿאַרבעסערט, נאָר אָפּגעשוואַכט די דעמאָקראַטיע און אויך איר סטאַביליטעט.

די סאָציאַלע נויט און די נאַציאָנאַלע קריזיסן שװאַכן אָבער אָפּ דעם דעמאָקראַטישן באַװוּסטזײַן און באַפֿרוכפּערן דעם באָדן פֿאַר כּלערליי זעלבסטבאַרופֿענע משיחים און טאָטאַליטאַרע שאַרלאַטאַנען, װאָס באַדראָען די דעמאָקראַטיע, און מיט זייערע מיליטאַנטישע און אַַװאַנטוריסטישע אידעאָלאָגיעס באַדראָען זיי דעם קיום פֿון דער מדינה. אַזעלכע אידעאָלאָגיעס װאַקסן אויס, געװײנטלעך, אויפֿן באָדן פֿון דער סאָציאַלער נויט.

די גרויסע אויפֿטרײסלונגען, װאָס זענען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרגאַנגענעם און אָנהײב איצטיקן יאָר — די עװאַקואַציע פֿון עזה, די שפּאַלטונג אין "ליכּוד" און דער אויפֿקום פֿון דער "קדימה"-באַװעגונג, דער מוח-שלאַק פֿון אריאל שרון און דאָס אויפֿשטעלן אָן אים די נײַע קאָאַליציע בראש מיט אהוד אָלמערטן נאָך די צוגעאײַלטע װאַלן צו דער כּנסת — האָבן געשאַפֿן אַ נײַע קאָנסטעלאַציע פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע כּוחות, אַן אַנטװיקלונג, װאָס האָט זיך אָבער איבערגעריסן מיטן אויסברוך פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה.

מיט איבער אַ יאָר צוריק האָט עמיר פּרץ דעראָבערט די אָנפֿירונג פֿון דער אַרבעטער-פּאַרטיי, די "עבֿודה" און האָט מיט זײַן אַרויספֿאָדערונג אַװעקגעשטעלט די סאָציאַלע נויט אויפֿן אויבן-אָן פּון דעם נאַציאָנאַלן סדר-היום פֿון דער מדינה. אַרײַנטרעטנדיק אין דער קאָאַליציע-רעגירונג, האָט עמיר פּרץ, דער נײַער מנהיג פֿון "עבודה", זיך פֿײַערלעך פֿאַרפליכטעט, אַז ער װעט אין קײן שום פֿאַל נישט זיצן אין אײן רעגירונג מיט דעם פֿירער פֿון "ישׂראל ביתּנו", איװעט־אבֿיגדור ליבערמאַן, צוליב זײַן כּהנא'יִסטישער ראַסיסטיש-טראַנספֿעריסטישער װעלט-אויפֿפֿאַסונג און זײַן אַװאַנטוריסטישער פּאַרטיי-פּלאַטפֿאָרם.

ליבערמאַן האָט אָנגעהויבן זײַן פּאָליטישע קאַריערע אין "ליכּוד", געװען פֿאַרװאַלטער אין דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע פֿון בנימין נתניהו, שפּעטער געשאַפֿן די פּאַרטיי פֿון די רוסיש-רעדנדיקע, "ישׂראל ביתנו".

װי אַ מיניסטער אין דער ערשטער רעגירונג פֿון שרון, װען זײַן פּאַרטיי, װעלכע האָט פֿאַרמאָגט פֿיר מאַנדאַטן און איז געװען אַ טייל פֿון דעם עקסטרעם-נאַציאָנאַליסטישן בלאָק (צוזאַמען מיט רחבעם זאבֿי, אפֿי איתּן און אריה אלדר) האָט ער דעמיסיאָנירט נאָך דעם ווי שרון האָט אָנגעהויבן אַדורכפֿירן זײַן אָפּשײדונגס-פּראָגראַם אין עזה. געניסנדיק פֿון דער גרויסער פּאָפּולאַריטעט צװישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, האָט זײַן פּאַרטיי אין די װאַלן צו דער איצטיקער (17טער) כּנסת שוין אָנגעצויגן 11 מאַנדאַטן, און אין די איצטיקע פּובליק-טעסטן דערגרייכט ער שוין 20 און מער פּאָטענציעלע מאַנדאַטן.

צוריק געשמועסט, האָבן זײַנע פּראָװאָקאַטיװע אַרויסטרעטונגען אין דער כּנסת און אין דער עפֿנטלעכקייט בכלל אַרויסגערופן אַ שטאַרקן װידערװילן און כּעס אין די אַנדערע טיילן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. איין מאָל האָט ער אַפֿילו גערופֿן צו באָמבאַדירן די אַסואַן-דאַמבע אין מצרים, אַ צװײטן מאָל צו פֿאַרניכטן ביירוט און אָפּצוּװישן פֿון דער ערד גאַנצע קװאַרטאַלן אין עזה, און לעצטנס אויך — צו אַטאַקירן פֿון דער לופֿט די זיך בויענדיקע אַטאָמישע רעאַקטאָרן אין איראַן. די שטחים אין ישׂראל מיט אַן אַראַבישער באַפֿעלקערונג האָט ער גערופן אַריבערצופֿירן צו די פּאַלעסטינער, װי אַן אויסטויש פֿון טעריטאָריעס אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, אַרויסװאַרפֿן פֿון דער כּנסת די אַראַבישע דעפּוטאַטן און פֿאַרמישפּטן זיי װי פֿאַררעטער פֿאַר זייערע פּראָ-פּאַלעסטינער אַרויסזאָגונגען אאַז"װ.

װי געזאָגט, האָט דער מנהיג פֿון "עבֿודה" מיט אַ יאָר צוריק און מיט אַ האַלבן יאָר צוריק פֿאַרזיכערט, אַז צוזאַמען מיט דעם ראַסיסט און שאָװיניסט, װעט ער אין דער זעלבער רעגירונג נישט זיצן. אָבער װען ס'איז געקומען צו דער אַנטשיידונג פֿון דער דילעמע: פֿאַרלירן די באַגלויבטקייט בלײַבנדיק אין דער רעגירונג, אָדער פֿאַרשװוּנדן צו װערן פּאָליטיש אין דער אָפּאָזיציע — האָט ער אויסגעװײלט דאָס ערשטע.



תּל-אָבֿיבֿ, דעם 31סטן אָקטאָבער 2006