| |
בײַגעװען בין איך איצט אויף דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "ייִדישע געשעפֿטן com.", אַ קאָמעדיע, באַאַרבעט און איבערגעזעצט ספּעציעל פֿאַר "ייִדישפּיל" דורך יאַנקעלע אַלפּערין און שמואל עצמון. דער מחבר מאָנטעגיו גלאַס, איז אין די 30ער יאָרן געװען אַ זשורנאַליסט, װעלכער האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט שרײַבן פֿאַרביקע אַרטיקלען װעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ניו־יאָרק און שפּעטער זײ אַלײן פֿאַרװאַנדלט אין — צו מאָל געלונגענע, צו מאָל נישט — טעאַטער־שאַפֿונגען.
איז װעגן װאָס שרײַבט ער פֿאַרן טעאַטער, דער ייִדיש־אַמעריקאַנער זשורנאַליסט גלאַס? װאָס פֿאַר אַ טעמעס, פֿאַרבונדן מיטן לעבן פֿון די ייִדן אין אַמעריקע, ברענגט ער אַרויס אױף דער בינע? אין "ייִדישע געשעפֿטן" איז דער הויפּט־העלד פֿון דער פּיעסע דער אַלט־באַקאַנטער ייִדישער ניו־יאָרק גופֿא, װוּ מען טרעפֿט סוחרים, װאָס אַרבעטן שװער צו מאַכן פּרנסה, צוזאַמען מיט אַ װײניק יושרדיקן אַדװאָקאַט, וואָס איז גרײט אָפּצוטאָן מיאוסע שטיק פֿון אַלע סאָרטן, אַבי צו באַקומען פֿעטע פֿאַרדינסטן, (גוט אױפֿגעפֿירט דורך קאַראָל מאַרקאָביטש); פֿאַרשײדענע קאָמיװאָיאַזשאָרן, (ישׂראל טרײסטמאַן, געראַ סאַנדלער, אמיתי קידער), יעדער אײנער מיט זײַנע אײגנאַרטיקע שטריכן; אױך אַ מיליאָנער מיט אַ גוט האַרץ (אורי קאָװאַלסקי), און אַפֿילו אַן ערשט־אָנגעקומענער רוסישער אימיגראַנט, אַן אױסערגעװײנטלעכער פּיאַניסט, װעלכער איז גורם גלײַכצײַטיק נישט קײן גאָר איבערצײַגנדיקן דראַמאַטישן קאָנפֿליקט (אַנדרײ קאַשקער).
נאָך נישט דערמאָנט די פֿרױען־געשטאַלטן; ס’קאָן דאָך נישט געמאָלט זײַן אַ קאָמעדיע אָן דעם שײנעם מין און אײניקע פֿון זײ פֿירן אױך דאָ אױס וױכטיקע ראָלעס אין דער אינטריגע. מען מוז בלױז באַצײכענען, אַז אין דער קאָמעדיע לײַכטן זײ נישט מיט קײן אײגענער ליכט, די פֿרױען געפֿינען זיך דאָרט װי אַן אָפּשײַן פֿון דעם װילן פֿון די מענער. אַפֿילו די ראָלע פֿון דער טאַלאַנטירטער מאָדע־שאַפֿערין רות גאָלדשמידט, װאָס די אַקטריסע מאָניקאַ װאַרדימאָן פֿירט אױס מיט איר באַזונדערן חן, איז אױך נישט דער פּראָטאָטיפּ פֿון דער פֿעמיניסטקע. זי איז טאַקע די גוטע נשמה פֿון דער פּיעסע, װאָס ברענגט הצלחה דער פֿירמע, אָבער איר אָנװעזנהײט באַװירקט נישט די געשעענישן װאָס קומען דאַרט פֿאָר.
אין די אַנדערע פֿרױען־ראָלעס — אַנאַבעלאַ, איבערצײַגנט אין דער ראָלע פֿון דער לײַכטזיניקער ראָזי פּאָטאַזש, די פֿרױ פֿון אײנעם פֿון די שותּפֿים; העלענאַ יאַראַלאָװאַ, אין דער ראָלע פֿון דער טאָכטער, װעלכע פֿירט אױס ריכטיק דאָס װאָס מען דערװאַרט פֿון איר. אירמאַ סטעפּאַנאָװאַ — די סעקרעטאַרין, און די מאָדעלקעס.
די קאָמעדיע האַלט זיך אָבער אױף די צװײ דערפֿאָלגרײַכע און דערפֿאַרענע קאָמיקערס, יעקבֿ באָדאָ און גדי יגיל, מערקװערדיק צוגעפּאַסט אײנער צום אַנדערן און זײ טוען אַלץ וואָס מעגלעך צו פֿאַרװײַלן דעם פּובליקום מיט דעם בלאַסן מאַטעריאַל, װאָס זײ האָבן. זײ זײַנען עס טאַקע, די צװײ שותּפֿים פֿון דער פֿירמע פֿאַר פֿרױען־קלײדער "פּאָטאַזש און פּערלמוטער", װעלכע װײסן פֿון גוטע צײַטן און אױך פֿון שלעכטע, אָבער נאָך אַ סך קאָפּדרײענישן קומט אַלץ צו אַ גוטן סוף.
רעזשיסירט האָט די "ייִדישע געשעפֿטן" יאָן לוטשיאַן, דער באַקאַנטער גאַסט־רעזשיסאָר פֿון רומעניע, באַקאַנט פֿון אַנדערע פֿאָרשטעלונגען אינעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער — "די גאָלדענע יאַטן" און "טבֿיה דער מילכיקער".



קהילה־לעבן 






יעקבֿ באָדאָ (רעכטס), גדי יגיל (לינקס) און די מאָדעלקע פֿון קלײדער־געשעפֿט, רונית אַשרי 