צו דער אָנגעשטרענגטער צײַט אין ישׂראל, באַזונדערס, צוליב דעם אַלגעמיינעם קריזיס נאָך דער מלחמה אין לבֿנון — אין און אויסער דעם לאַנד — האָט איר אויסגעפֿעלט, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, נאָר אַ קדחת. אָבער אויך די אָנשיקעניש האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן.

דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ", וואָס עס קלײַבט זיך דורכצופֿירן אין ירושלים "דאָס אָפֿענע הויז" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון דער סעקסועלער מינדערהייט — האָט אָבער אָפּגערוקט אין אַ זײַט אַלע "ברענענדיקע מלוכה-ענינים" און צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫ניו־יאָרק)

מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט.

די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים.

פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר ווערט ברייט אָפּגעמערקט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט דער 100־יאָריקער געבורטסטאָג פֿון ער דײַטשיש־אַמעריקאַנער דענקערין, שרײַבערין און פּובליציסטין חנה אַרענדט.

חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס.

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין רוסלאַנד האָט זיך לעצטנס אױפֿגעװעקט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קונסט פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿה. מען "אַנטדעקט" פֿון דאָס נײַ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען װי תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, הערש קראַװצאָװ, דמיטרי ליאָן, מענדל גאָרשמאַן, הערש אינגער. די אױסשטעלונגען און פּובליקאַציעס װערן באַגלײט דורך אַנאָטירטע קיצורים, אין װעלכע די קינסטלער װערן פֿאָרגעשטעלט װי "אומבאַקאַנטע", אָדער "פֿאַרגעסענע" נעמען. אין צװישן, װאַרט דער פֿענאָמען פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קונסט אױף אַן ערנסטן פֿאָרשער, װעלכער װעט זײַן בכּוח צו באַגרײַפֿן און אַנאַליזירן די רײַכע און פֿילזײַטיקע ירושה פֿון רוסיש־ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערװאַקסענע האָט זיך אָנגעהױבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן װעלן אָנגײן ביז סוף יוני 2007.

די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמױת מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהױבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און װעט דױערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.

פֿון ה. מאַניעווסקי (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן סיפּור, ווי דער אויבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו אַבֿרהם אָבֿינו אין דער צײַט, ווען ער איז געזעסן בײַ דער טיר פֿון זײַן געצעלט, און וועגן די דרײַ געסט, וואָס זײַנען צו אים געקומען. רש״י אין זײַן פּירוש אויף אָט די פּסוקים דערקלערט (לויט די חז״ל אין גמרא — בבֿא מציעא פּו, ב), אַז דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן מל זײַן זיך, ווען די ווייטיקן זײַנען אַמשאַרפֿסטן און דערפֿאַר "הוציא הקדוש ברוך הוא חמה מנרתּיקה, שלא להטריחו באורחים" — דער אויבערשטער האָט כּבֿיכול ׳אַרויסגעצויגן די זון פֿון איר שייד׳ (דאָס הייסט, פֿאַרשטאַרקט די היץ פֿון דער זון), כּדי מענטשן זאָלן אויסמײַדן צו געפֿינען זיך אין דרויסן און אַבֿרהם זאָל זיך ניט דאַרפֿן באַשעפֿטיקן מיט אויפֿנעמען אורחים, ווי ס׳איז געווען זײַן שטייגער. אָבער ווי באַלד אַז אַבֿרהם האָט געהאַט צער דערפֿון, וואָס ער האָט ניט קיין אורחים, האָט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט דרײַ מלאכים אין געשטאַלט פֿון מענטשן.

פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (ישׂראל)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון גענאַדי עסטרײַך
פֿון לייזער בורקאָ (‫ניו־יאָרק)