הערש אינגער, אַ באַקאַנטער און אומבאַקאַנטער קינסטלער
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Grigorii Inger. 
Moscow: Terevinf, 
2006, 343 p. Grigorii Inger. 
Moscow: Terevinf, 
2006, 343 p.

אין רוסלאַנד האָט זיך לעצטנס אױפֿגעװעקט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קונסט פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿה. מען "אַנטדעקט" פֿון דאָס נײַ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען װי תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, הערש קראַװצאָװ, דמיטרי ליאָן, מענדל גאָרשמאַן, הערש אינגער. די אױסשטעלונגען און פּובליקאַציעס װערן באַגלײט דורך אַנאָטירטע קיצורים, אין װעלכע די קינסטלער װערן פֿאָרגעשטעלט װי "אומבאַקאַנטע", אָדער "פֿאַרגעסענע" נעמען. אין צװישן, װאַרט דער פֿענאָמען פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קונסט אױף אַן ערנסטן פֿאָרשער, װעלכער װעט זײַן בכּוח צו באַגרײַפֿן און אַנאַליזירן די רײַכע און פֿילזײַטיקע ירושה פֿון רוסיש־ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

עס שמעקט מיט עם־הארצות, װען מען הײבט אָן צו "אַנטדעקן" הערש אינגערן (1910—1995) װי אַן "אומבאַקאַנטן" נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. אמת, אינגער איז, װי דאָס רובֿ קינסטלער, װעלכע זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמאַטיק, ניט געװען הױך אָפּגעשאַצט דורך דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קריטיק, אָבער באַקאַנט איז ער טאַקע יאָ געװען גאַנץ ברײט, קודם־כּל, אַ דאַנק זײַנע אילוסטראַציעס צו דער רוסישער אױסגאַבע פֿון שלום־עליכמס "געזאַמלטע װערק". פֿאַר דעם רוסישן לײענער פֿון "אײַזנבאַן־געשיכטעס" און "מעשׂהלעך פֿאַר קלײנע קינדער" זײַנען אינגערס בילדער פֿאַרבליבן פֿעסט פֿאַרבודן מיטן טעקסט. חוץ דעם, האָבן זיך אינגערס װערק פֿון מאָל צו מאָל באַװיזן אױף די זײַטן פֿון דעם מאָסקװער זשורנאַל "סאָװעטיש הײמלאַנד". אָבער ערשט איצט האָבן די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קונסט צום ערשטן מאָל באַקומען אַ מעגלעכקײט צו באַקענען זיך מיט אַ נײַעם, ממש אומבאַקאַנטן צד פֿון אינגערס שעפֿערישקײט.

״מאָטל פּייסי״: מיר פֿאַרטרײַבן מײַז. 1975 ״מאָטל פּייסי״: מיר פֿאַרטרײַבן מײַז. 1975

דער נײַער פֿאַרביקער אַלבום "אינגער" איז צוגעגרײט געװאָרן דורך דעם קינסטלערס טאָכטער מאַריאַ אינגער און איז אַרױס אינעם מאָסקװער פֿאַרלאַג "טערעװינף". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט עטלעכע מאָלערישע סעריעס, װעלכע זײַנען געשאַפֿן געװאָרן אין דעם לעצטן פּעריאָד פֿונעם קינסטלערס לעבן, אין די 1970ער־1990ער יאָרן. דעמאָלט האָט אינגער ראַדיקאַל געביטן זײַן סטיל. ביז אַהער איז ער געװען אַ מאָלער פֿון געפֿיל און געדאַנק: ער האָט געאַרבעט אין אַ טראַדיציאָנעלן רעאַליסטישן נוסח, מיט עלעמענטן פֿון ראָמאַנטיזם. אָבער מיט אַ מאָל איז ער געװאָרן װידער אַ קינד, אַ כּלומרשט נאַיִװער מאָלער פֿון פֿרײד און לאַכן. פֿון דער טרוקענער און שטרענגער שװאַרץ־און־װײַסער גראַפֿיק האָט זיך אינגער געװענדעט צו פֿאַרב־מאָלערײַ. ער האָט פֿון דאָס נײַ אילוסטרירט די װערק פֿון שלום־עליכם, דעם "מאָטל" און די "מעשׂהלעך פֿאַר קינדער", אָבער דאָס מאָל האָט ער זײ באַטראַכט מיט קינדערשע אױגן. דער עלטערער קינסטלער איז מגולגל געװאָרן אין זײַן באַליבטן העלד מאָטל, אַ שטיפֿערישן ייִנגל אין אַ קלײנעם טלית־קטן און מיט גרױסע טרױעריקע אױגן. אינטערעסאַנט, װאָס שװאַרץ דאָמינירט אין מאָטלס געשטאַלט — זײַנע אױגן, פּאות, טלית־קטן און יאַרמלקע זײַנען תּמיד שװאַרץ — בעת די אַנדערע פֿיגורן זײַנען כּסדר בונט־קאָלירטע. מן־הסתּם, שטעלט מאָטל פֿאָר דעם אײגענעם "איך" פֿונעם קינסטלער, װעלכער האָט געלעבט אַ שװער און ביטער לעבן און האָט זיך אױף דער עלטער אומגעקערט אין דער װעלט פֿון זײַן קינדהײט. אַלע אַנדערע געשטאַלטן אַרום מאָטל געהערן צו דער װעלט פֿון זײַן כּוח־המדמה, דערפֿאַר זײַנען זײ אַזױ ליכטיק און פֿאַרביק, אָן שום שװאַרצע פֿלעקן.

דער מאָטיװ פֿון קינדהײט איז אַ שליסל צו אינגערס שפּעטערער שאַפֿונג. די דאָזיקע סבֿרה װערט באַשטעטיקט דורך די פֿראַגמענטן פֿונעם קינסטלערס זכרונות און טאָגביכער, װעלכע זײַנען אַרײַן אינעם בוך. דאָ דערמאָנט ער זיך אָן די פּאָגראָמען, בעת דעם בירגער־קריג אין אומאַן, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן. עטלעכע מאָל האָט ער זיך געראַטעװעט על־פּי־נס, און די דאָזיקע מאָמענטן האָבן זיך טיף אײַנגעקריצט אין דעם ייִנגלס מוח׃ "אַפֿילו אין שלאָף האָב איך ניט געהאַט קײן רו. די קאָשמאַרן פֿון די פּעטליורישע פּאָגראָמען זײַנען טיף אַרײַן אין מײַן באַװוּסטזײַן, און אין חלום האָב איך געזען ביקסן, װאָס זײַנען געצילט געװאָרן מיר אין פּנים, געהערט שיסערײַ און איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן אין פּחד...". דער דאָזיקער פּחד האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין אינגערס יוגנטלעכע בילדער פֿון אומאַן, װאָס ער האָט געשאַפֿן אינעם עלטער פֿון 18 יאָר.

״מאָטל פּייסי״: איך און דאָבציע. 1974 ״מאָטל פּייסי״: איך און דאָבציע. 1974

זײער טרױעריק זײַנען די קורצע נאָטיצן, װאָס אינגער האָט געמאַכט אין עװאַקואַציע בעת דער מלחמה, װען ער האָט פֿאַרלױרן זײַן שװעסטער און ברודער. דאָס לעבן איז ניט געװאָרן אַ סך בעסער נאָכן אומקערן זיך קײן מאָסקװע. אינגער באַשרײַבט, װי ער פֿלעגט אַרומגײן איבער פֿאַרשידענע רעדאַקציעס מיט אַ האָפֿענונג צו פֿאַרקױפֿן כאָטש אײן בילד זײַנס, כּדי צו באַקומען אַ ביסל געלט אױף ברױט. ער גיט איבער אַ טיפּישן קורצן דיאַלאָג מיט אַ פֿאַרװאַלטער פֿון אַ פֿאַרלאַג׃ "— װער זײַט איר? — אַ קינסטלער. — אײַער נאָמען? — אינגער. — איך קאָן אײַך מיט גאָרניט ניט העלפֿן." אינגער איז געװען אַ פּראָדוקטיװער קינסטלער, און אַ סך פֿון זײַנע װערק האָבן טעמאַטיש גאָר ניט צו טאָן מיט ייִדן. אָבער װען מען קוקט אױף זײ אינעם קאָנטעקסט פֿון זײַן שאַפֿונג, זעט מען, װי טיף־ייִדישלעך איז געװען זײַן קינסטלערישער װעלט־באַנעם, װאָס איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין אומאַן און קיִעװ, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין די יאָרן 1926—1928 אינעם ייִדישן קונסט־טעכניקום, די לעצטע פֿאַרבליבענע אינסטיטוציע פֿון דער "קולטור־ליגע". אַ סך יאָרן שפּעטער האָט ער געשאַפֿן געשטאַלטן פֿון דאָן־קיכאָט און טשאַרלי טשאַפּלין, בעטהאָװען און פּאַגאַניני, װעלכע זײַנען אָנגעפֿילט מיטן מעלאַנכאָלישן ייִדישן הומאָר, "לאַכן דורך טרערן".

״מאָטל פּייסי״: מײַן ברודער עליעס חופּה. 1975 ״מאָטל פּייסי״: מײַן ברודער עליעס חופּה. 1975

אינגערס קונסט איז אײנצײַטיק אי טיף־פּערזענלעך, אי ליטעראַריש. װי אַ סך אַנדערע ייִדישע קינסטלער פֿון זײַן דור, האָט ער זיך געמוזט אָפּגעבן מערסטנס מיט ביכער־גראַפֿיק. װי אַן אילוסטראַטאָר האָט ער במילא געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו דעם טעקסט. אָבער דאָס זעט מען בלױז פֿון דרויסן; אין זײַנע בעסטע װערק — אַזעלכע װי אילוסטראַציעס צו שלום־עליכמען און סערװאַנטעסן — האָט ער "אַרײַנגעלײענט" אין די לעבנס־געשיכטעס פֿון זײַנע העלדן זײַן אײגענעם גורל, וואָס איז געװען פֿול מיט פֿאַרלוסטן. װי אַ קינד, האָט ער געחלומט װעגן װערן אַ פֿידלער, אָבער ער איז געװאָרן כּמעט אין גאַנצן טױב נאָכן טיפֿוס, װאָס ער האָט איבערגעטראָגן בעת דעם בירגער־קריג. וועגן דעם ניט־מקוים געוואָרענעם חלום דערמאָנען די פֿילצאָליקע בילדער פֿון מוזיקאַנטן מיט זײערע כּלים, װאָס אינגער האָט געמאָלט אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן. יונגערהײט האָט ער פֿאַרלױרן זײַן פֿאָטער. דער דאָזיקער פֿאַקט העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם אומעטיקן הומאָר אין זײַנע פּאָרטרעטן פֿונעם פֿרײלעכן יתום מאָטל.

אינגער האָט געדאַרפֿט זיך מפֿרנס זײַן מיט טאָג־טעגלעכער אַרבעט, װאָס האָט אים געשטערט צו רעאַליזירן זײַן שעפֿערישן פּאָטענציאַל אינעם פֿולן פֿאַרנעם. אָבער ער האָט געפֿונען אַן אײגנאַרטיקן אופֿן גובֿר צו זײַן זײַנע צרות — דורך שאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע "נאַיִװע" װעלט, װאָס ער האָט באַװױנט דורך די װוּנדערלעכע געשטאַלטן פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות און זײַן אײגענער קינדהײט.