מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערװאַקסענע האָט זיך אָנגעהױבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן װעלן אָנגײן ביז סוף יוני 2007.
די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמױת מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהױבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און װעט דױערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.
איצט, אַז די לערן־פּראָגראַם איז שױן אין פֿולן שװוּנג, קען מען מיט גרױס צופֿרידנקײט באַריכטן, אַז דער בית שלום־עליכם האָט זיך באמת פֿאַרװאַנדלט אין אַ שפּרודלדיקער, אינטענסיװער, אָנגײענדיקער לערן־אינסטיטוציע, וואָס מען קען מיט שטאָלץ אָנרופֿן, ניט בלױז װי דער "מרכּז לײדיש ולתרבותם של יהדות מיזרח־אירופּה" — צענטער פֿאַר ייִדיש און געשיכטע פֿון דער קולטור פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום, נאָר טאַקע (װי איך האָב פֿאָרגעשלאָגן אין מײַן באַריכט לעצטן יאָר), מען דאַרף עס דערקלערן װי אַ ייִדישער פֿאָלקס־אוניװערסיטעט. אין עבֿרית דאַרף עס הײסן "האוניבֿרסיטה העממית לײדיש ותרבותה ע״ש שלום־עליכם בתל־אָבֿיבֿ — פֿאָלקס־אוניװערסיטעט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין תּל־אָבֿיבֿ א״נ פֿון שלום־עליכם.
לױט דעם איצטיקן פֿאַרנעם פֿון דעם יערלעכן לערנפּלאַן, און דעם שלל פֿון די קולטור־אַקטיװיטעטן במשך פֿון דעם יאָר, האָט עס טאַקע כּשר פֿאַרדינט דעם דאָזיקן בכּבֿודיקן נאָמען. ייִדיש־טוער, ייִדיש־ליבהאָבער און ייִדיש־ענטוזיאַסטן, דאַרפֿן אין דער הײַנטיקער מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות, זײַן שטאָלץ מיט זײַנע דערגרײכונגען.
דעם דירעקטאָר פֿון דער װיכטיקער ייִדישער לערן־אינסטוטוציע און קולטור־צענטער, פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָװערשטערן, און דעם ענערגישן, איבערגעגעבענעם סעקרעטאַר פֿון בית שלום־עליכם, לײבל רױטמאַן, קומט טאַקע אַן אױפֿריכטיקער ײשר־כּוח, פֿאַר זײער אומדערמידלעכער אַרבעט, אַדאַנק װעלכער דער בית שלום־עליכם האָט דערגרײכט אַזעלכע הױכע רעזולטאַטן.
די פֿאָלגנדיקע פֿאַקטן און ציפֿערן באַשטעטיקן מײַן אָפּשאַצונג און איך בין זיכער, אַז זײ װעלן פֿאַרשאַפֿן גרױס נחת־רוח און סאַטיספֿאַקציע אַלע, װאָס זאָרגן און אַרבעטן פֿאַר דעם װױל און המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אונדזער צײַט.
אַלגעמײנע פּראָגראַם פֿאַרן יאָר תשס״ז
ייִדיש־קורסן פֿאַר דערװאַקסענע
יערלעכער קורס פֿון דער געשיכטע פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. הײַיאָר: סעריע פֿון 25 אָװנט־לעקציעס "אונדזערע ראשונים — מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום".
זומער־קורסן פֿאַר ייִדיש־לימוד, בשותּפֿות מיט דעם אוניװערסיטעט אין תּל־אָבֿיבֿ.
פּובליקאַציע פֿון דער װיכטיקער (צװײ מאָל אין יאָר) צײַטשריפֿט "דװקא".
אָרגאַניזירן דעם יערלעכן פֿאָרש־צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישע קולטור־צענטערס, בשותּפֿות מיטן אוניװערסיטעט אין חיפֿה.
יערלעכער שטודיר־טור קײן מיזרח־אײראָפּע פֿאַר סטודענטן און פֿאָרשער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום.
ממשיך זײַן אין אָרגאַניזירן פֿאַרשײדענע קינסטלערישע פּראָגראַמען מיט די בעסטע ייִדישע קינסטלער, כּדי ברענגען פֿאַרן ברײטן עולם די רײַכע מוזיאָלישע קולטור־אוצרות פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. שױן 7 יאָר װי עס קומען פֿאָר אין בית שלום־עליכם לערן־קורסן אין לױף פֿון דער גאַנצער װאָך, פֿון 10 אין דער פֿרי ביז 8 אין אָװנט.
אַ גאַנצן טאָג װיבלט און שװיבלט אין דעם שלום־עליכם־הױז מיט סטודענטן פֿון פֿאַרשײדענעם עלטער, װעלכע קומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט, צו לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. די מערסטע פֿון זײ זענען "אָנהײבער", װעלכע װײַזן אַרױס גרױס אינטערעס צו לערנען זיך ייִדיש, װאָס זײ האָבן געהערט פֿון זײערע טאַטע־מאַמעס, באָבע־זײדעס. אַ גרױסער טײל פֿון זײ זענען שױן "אַװאַנסירטע" סטודענטן, װאָס זענען שױן ממשיך עטלעכע יאָר אין דעם לימוד אין בית שלום־עליכם. אַ צאָל פֿון זײ האָבן פּשוט ליב די ייִדישע שפּראַך און װילן אָפּפֿרישן זײער װיסן, װאָס זײ האָבן באַקומען אין זײערע הײמען, זיך באַקענען מיט אירע ליטעראַרישע אוצרות און אירע שרײַבער און פּאָעטן.
הײַיאָר, אַזױ װי פֿאַר אַ יאָרן, האָבן זיך פֿאַרשריבן קרובֿ צו 300 סטודענטן פֿון פֿאַרשײדענעם עלטער. צװישן זײ אױך אַ צאָל יוגנטלעכע. אײנער פֿון די סטודענטן, אַ פֿאָטער װאָס ברענגט מיט זיך אױך זײַן 11־יאָריק טעכטערל, זי זאָל אױך לערנען אַ װאָרט אױף ייִדיש. בסך־הכּל, קומען פֿאָר אין לױף פֿון דער װאָך — פֿון מאָנטיק ביז דאָנערשטיק — 13 קלאַסן פֿאַר אָנפֿאַנגער און אַװאַנסירטע, און 4 קלאַסן פֿאַר דעם לימוד פֿון ייִדישער ליטעראַטור, װוּ די סטודענטן שטודירן די שאַפֿונגען פֿון י. ל. פּרץ, אַבֿרהם רײזען, יצחק באַשעװיס־זינגער, שלום אַש, משלים־שרײַבער אליעזר שטײנבאַרג א״אַ.
דער לערער־פּערסאָנאַל באַשטײט פֿון באַקאַנטע, לאַנגיאָריקע ייִדיש־פּעדאַגאָגן, װי: רבֿקה רײַך, אסתּר ראָזשאַנסקי, ד״ר חיה מעלער, ד״ר מיכל גאי און מרים טרין. זײ באַגײַסטערן די סטודענטן מיט זײער הויכן פּראָפֿעסיאָנאַליזם.
עס קומט זײ אַלע אָנערקענונג און װוּנטשן פֿאַר געזונט און הצלחה אין זײער איבערגעגעבענער אַרבעט מיט זײערע סטודענטן.
די דערעפֿענונג פֿון דער הײַיאָריקער לערן־פּראָגראַם איז געװען זײער אַ פֿײַערלעכע. אין אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז אױפֿגעטראָטן דער מערקװערדיקער אַנסאַמבל "קאַראַהאָד", װאָס באַשטײט פֿון דײַטשישע קינסטלער, פֿון האַמבורג. זײ האָבן געזונגען דורכױס אױף ייִדיש און די זײער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַם האָט אױף אַלעמען געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ
דער יערלעכער קורס פֿון 25 װעכנטלעכע אָװנט־לעקציעס װערט געגעבן פֿון גאַסט־לעקטאָרן פֿון די פֿאַרשײדענע אַקאַדעמישע און אַנדערע לערן־אינסטיטוציעס אין לאַנד. הײַיאָר טראָגט דער דאָזיקער קורס דעם ברײט־אַרומנעמענדיקן טיטל:
"הראשונים כבני־אָדם, דמױת מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים — מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. זײ נעמען אַרום און באַהאַנדלען 25 פֿון אונדזערע גרױסע פֿאַרדינסטפֿולע שרײַבער, פּאָעטן, דענקער, גײַסטיקע מנהיגים, פֿילאָסאָפֿן און פּאָליטישע פּערזענלעכקײטן, װעלכע האָבן פֿאָרמירט און באַאײַנפֿלוסט, אין לױף פֿון די פֿאַרגאַנגענע דורות, אונדזער ייִדיש פֿאָלק אין מיזרח־אײראָפּע און אין די תּפֿוצות.
די לעקטאָרן זענען: פּראָפֿ’ עמנואל אַטקעס — װעגן װילנער גאָון און ר’ ישׂראל סאַלאַנטער; ד״ר צבֿי מכּח — װעגן בעש"ט און ר׳ נחמן בראַסלאַװער; פּראָפֿ’ חמוטל בר־יוסף — װעגן ח״נ ביאַליק און איסאַק באַבעל; ד״ר אַבֿינועם רעזניק — װעגן מאַרטין בובער און הרבֿ קוק; פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָװערשטערן — װעגן שלום־עליכם; פּראָפֿ יוסף גורני — װעגן חײם װײצמאַן און דוד בן־גוריון; בלהה בן־אליהו — װעגן ש״י עגנון (דרײַ לעקציעס); ד״ר בני בראַון — װעגן חפֿץ חײם און חזון איש; פּראָפֿ׳ יעקבֿ שבֿיט — װעגן זאבֿ זשאַבאָטינסקי; ד״ר מאַרקוס זילבער — װעגן יצחק גרינבױם.
דער דאָזיקער קורס קומט שױן פֿאָר אין בית שלום־עליכם ניט דאָס ערשטע מאָל פֿאַר די לעצטע 8 יאָר און ציט צו אַ ברײטן עולם פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט. ער איז שטאַרק פּאָפּולער סײַ אין די וועלטלעכע און סײַ אין די פֿרומע קרײַזן. בײַ דער ערשטער לעקציע װעגן בעש״ט זענען געװען איבער 1,000 צוהערער.
די לעקציעס װערן געגעבן אין עבֿרית, און פֿאַרשטײט זיך, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור איז אַן אינטעגראַלער טײל פֿון די אַלע טעמעס און דיסקוסיעס.
װי עס האָט מיר איבערגעגעבן לײבל רױטמאַן, דער סעקרעטאַר פֿון בית שלום־עליכם, װערן בשעת די לעקציעס אױסגעטײלט בלעטער מיט טעקסטן פֿון די מקורות אין ייִדיש, און קײנער פֿון די צוהערער האָט נאָך קײן מאָל ניט געבעטן מען זאָל אים געבן אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון די דאָזיקע טעקסטן. דאָס לאָזט אונדז הערן, אַז די ייִדישע שפּראַך איז זײ ניט פֿרעמד און ניט דערװידער...
נאָך אַ פֿרײדיקע בשׂורה
אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "מרכּז זלמן שז״ר לתולדות ישׂראל בירושלים" — זלמן שז״ר־צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין ירושלים, — קומען פֿאָר יעדעס יאָר צענדליקער קורסן אױף טעמעס, װאָס באַהאַנדלען אַלזײַטיק געביטן און אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן אין אונדזער אַלטער און מאָדערנער געשיכטע.
אַלע לעקציעס װערן געגעבן אין עבֿרית, פֿון פּראָמינענטע פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן פֿון די פֿאַרשײדענע אוניװערסיטעטן און לערן־אינסטיטוציעס אין לאַנד.
הײַיאָר, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דעם צענטער, איז אױף דעם פֿאַרלאַנג פֿון דעם עולם־צוהערער אײַנגעשלאָסן געװאָרן אין דעם קאַטאַלאָג פֿון די קורסן אַ ציקל פֿון זעקס לעקציעס, דורכױס אין דער ייִדישער שפּראַך. זײ װעלן געגעבן װערן אין חודש פֿעברואַר 2007, פֿון דער באַקאַנטער פֿאָרשערין, פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי, פֿון העברעיִשן אוניװערסיטעט.
סײַ אין קאַטאַלאָג און סײַ אין די געדרוקטע אָפֿיציעלע מעלדונגען װערט דער דאָזיקער קורס אַװאַנסירט אונטערן פּיקאַנטן און אינטערעסאַנטן קעפּל: "יהודי דבר ייִדיש: תּרבות ייִדיש — בײדיש". אַזאַ מין רוף פֿון אַ מלוכישער אינסטיטוציע אין ישׂראל איז באמת אַ דערשײַנונג, װאָס מיר דאַרפֿן באַגריסן און זען אין דעם אַ פּאָזיטיװן אָנזאָג פֿאַר בעסערע צײַטן, לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער צוקונפֿט, אין ישׂראל.
עס קומט אַ ײשר־כּוח פֿאַר דעם די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן װי אַבֿרהם נאָװערשטערן, חוה טורניאַנסקי, וואָס אַדאַנק זיי האָט זיך דאָס אײַז אין דער באַציִונג צו ייִדיש און ייִדישער קולטור צװישן די אָנגעשטעלטע פֿונקציאָנערן און די אינטעלעקטועלע קרײַזן אין ישׂראל, אָנגעהױבן צו שמעלצן.
דרך־אַגבֿ: איך בין צופֿרידן אונטערצושטרײַכן, אַז די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים װערט באַצײכנט אין דעם אָפּגעדרוקטן מאַטעריאַל, װי אַ שותּף צו דעם דאָזיקן קורס אין ייִדיש. אַ באַטײַטיקע צאָל פֿון די חבֿרים (ות) פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן זיך שױן פֿאַרשריבן אויף דעם קורס, װעלכער װעט זיך ערשט אָנהײבן דעם 13טן פֿעברואַר 2007.
די טעמעס פֿון די לעקציעס פֿון פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי זענען:
"אין אָנהײב האָט גאָט באַשאַפֿן ייִדן צו לערנען תּורה אױף ייִדיש".
"אַ קראָ האָט געפֿונען אַ שטיק קעז — די גילגולים פֿון ייִדישן משל".
"אַז גאָט װיל, שיסט אַ בעזעם אױך — דאָס ייִדישע שפּריכװאָרט".
אַ בריװעלע — ניט נאָר דער מאַמען: "ייִדישע בריװ פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות".
"לידער פֿאַר ייִדישע קינדער".
"עסן אױף מאַמע־לשון — עסט געזונטערהײט!"
װי מען לאָזט מיר װיסן פֿון "מרכּז שז״ר" האָבן זיך ביז הײַנטיקן טאָג שױן פֿאַרשריבן אױף דעם קורס איבער זיבעציק (70) צוהערער:
מיט מזל, ברכה און הצלחה, אױך אין די קומענדיקע יאָרן!
