קודם־כּל, דאַרף מען דאָ באַוואָרענען, אַז עס גייט, חלילה, נישט די רייד וועגן גזירות אָדער פּאָגראָמען, גוט באַקאַנט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, נאָר וועגן אַ פֿילאַנטראָפּישער אַקציע, דורכגעפֿירט דורכן רײַכן "רוסישן" ייִד אַרקאַדי הײַדאַמאַק (גײַדאַמאַק), וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. זײַן נאָמען איז גוט באַקאַנט די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט, סײַ צוליב די סענסאַציע־אַרטיקלען אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען און סײַ צוליב זײַנע קאָנטראָווערסיעלע מעשׂים, וואָס נישט אַלע בירגער פֿונעם ייִדישן לאַנד זײַנען פֿון זיי באַגײַסטערט.

פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס און די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקײט אין ניו־יאָרק האָבן נאָר װאָס געפֿײַערט דעם יובילײ, לכּבֿוד דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע ייִדישע אַקטיאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן — מינאַ בערן, שפֿרה לערער און דוד ראָגאָװ.

יעדער אײנער פֿון זײ האָט צוגעטראָגן אַ װיכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער. יעדער אײנער אין זײַן זשאַנער, אין זײַן סטיל. יעדער אײנער פֿון זײ האָט אַן אַנדער טעאַטראַלע פֿאַרגאַנגענהײט, אָבער די דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע אַקטיאָרן פֿאַרבינדט אײן גרױסע ליבשאַפֿט צום ייִדישן טעאַטער, צום ייִדישן קינסטלערישן װאָרט.

פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס נישט ווער פֿון די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט געלייענט די ידיעה, אַז 60 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז טעטיק אַן אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען "הילף פֿאַר ברידער", כּדי צו געפֿינען מער ווי 2,000 ייִדן, וואָס אין זייער יוגנט האָט מען זיי איבערגעלאָזט אין מאָנאַסטירן און בײַ קריסטלעכע משפּחות אין אייראָפּע.

אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן.

פֿון מרדכי דוניץ (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער נאָמען עקיבֿא פֿישבין איז גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער קולטור־װעלט, מיט זײַנע באַלערנדיקע, אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען און עסײען װעגן מוזיק און קונסט בכלל און באַזונדערס װעגן דער געשיכטע פֿון אונדזער ייִדישער מוזיק און קונסט, אירע קאָמפּאָזיטאָרן, מאָלער און קינסטלער בפֿרט.

שױן יאָרן לאַנג װי זײ דרוקן זיך אין "פֿאָרװערטס" װי אױך אין פֿאַרשײדענע ייִדישע פּובליקאַציעס אין דער גאָרער ייִדיש־װעלט.

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

װי אַ קונסט־היסטאָרישער באַגריף, באַשטימט די "פּאַריזער שול" ניט קײן קינסטלערישע באַװעגונג אָדער סטיל, נאָר אַ היסטאָרישע סיטואַציע. דער דאָזיקער פּרינציפּ ליגט אין דעם יסוד פֿון דער נײַער אױסשטעלונג, װאָס האָט צונױפֿגעבראַכט די װערק פֿון צװאַנציק ייִדישע קינסטלער, װעלכע זײַנען געקומען פֿון פּױלן קײן פּאַריז צװישן די יאָרן 1905־1939. די אױסשטעלונג קומט פֿאָר אין דער גאַלעריע "מאַרק מעזאָן" (75008 rue du Faubourg Saint Honoré 178, Paris) פֿון דעם 21סטן נאָװעמבער ביזן 21סטן דעצעמבער.

פֿון ה. מאַניעווסקי (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פּסוק שטייט וועגן עשׂון (כה, כז): "ויהי עשׂו איש יודע ציד וגו׳" — אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש וואָס ווייס ווי צו פֿאַנגען... זאָגט רש״י אויף דעם: "לצוד ולרמות את אבֿיו בפֿיו, ושואלו אבא היאך מעשׂרין את המלח ואת התּבֿן, כּסבור אבֿיו שהוא מדקדק במצוות — (וואָס מיינט, אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש ווייס ווי צו פֿאַנגען) און אָפּנאַרן זײַן פֿאָטער מיטן מויל, פֿרעגנדיק בײַ זײַן טאַטן יצחק: ווי שײדט מען אָפּ מעשׂר פֿון זאַלץ און פֿון שטרוי (זאַכן וואָס בײַ זיי איז איבערהויפּט ניטאָ די מצוה פֿון מעשׂר; און פֿונדעסטוועגן וויל ער געבן פֿון די זאַכן מעשׂר), האָט זײַן פֿאָטער יצחק געמיינט, אַז ער, עשׂו, איז אַ ׳מדקדק׳, אַ מהדר אין מצוות.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫ניו־יאָרק)
פֿון מרים שמולעװיטש־האָפֿמאַן (‫ניו־יאָרק)
גענאַדי עסטרײַך און מיכאל קרוטיקאָוו
פֿון גענאַדי עסטרײַך
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫ניו־יאָרק)
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)