שפֿרה לערער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שפֿרה לערער אינעם פֿילם ״די קאָרטנשפּילערין״ שפֿרה לערער אינעם פֿילם ״די קאָרטנשפּילערין״

דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס און די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקײט אין ניו־יאָרק האָבן נאָר װאָס געפֿײַערט דעם יובילײ, לכּבֿוד דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע ייִדישע אַקטיאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן — מינאַ בערן, שפֿרה לערער און דוד ראָגאָװ.

יעדער אײנער פֿון זײ האָט צוגעטראָגן אַ װיכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער. יעדער אײנער אין זײַן זשאַנער, אין זײַן סטיל. יעדער אײנער פֿון זײ האָט אַן אַנדער טעאַטראַלע פֿאַרגאַנגענהײט, אָבער די דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע אַקטיאָרן פֿאַרבינדט אײן גרױסע ליבשאַפֿט צום ייִדישן טעאַטער, צום ייִדישן קינסטלערישן װאָרט. און דאָס האָט די ייִדישע קולטור־װעלט װי געהעריק אָפּגעשאַצט.

װעגן מינאַ בערן און דוד ראָגאָװ האָב איך געשריבן אין מײַנע טעאַטער־אָפּהאַנדלונגען. די טעמע פֿון מײַן הײַנטיקער אָפּהאַנדלונג איז די שױשפּילערין שפֿרה לערער.

שפֿרה לערער איז פֿון די געצײלטע אַקטיאָרן פֿון עלטערן דור, װעלכע זענען נישט געבױרן געװאָרן אין מיזרח־אײראָפּע, און איר קינסטלערישע קאַריערע האָט זי אָנגעהױבן אין אַרגענטינע. זי איז געבױרן געװאָרן אין דער ייִדישער קאָלאָניע סאַנטאַ קאַטאַלינאַ, אין די אַזױ גערופֿענע "פּאַמפּאַס", װוּ עס האָבן זיך געפֿונען די קאָלאָניסטן פֿון באַראָן הירש. אין איר קינדהײט האָט זי אײַנגעזאַפּט די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון ייִדישן טעאַטער.

אין עלטער פֿון 8 יאָר האָט זי, לױט דער רעקאָמענדאַציע פֿון איר שװעסטער, דער אַקטריסע מרים לערער, אָנגעהױבן שפּילן קינדער־ראָלעס מיטן באַקאַנטן אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעװסקי, װעלכער איז פֿון אַמעריקע געקומען קײן אַרגענטינע אױף גאַסטראָלן. אין עלטער פֿון 10 יאָר שפּילט זי אין יעקבֿ באָטאָשאַנסקיס װערסיע פֿון דער פּיעסע "איבערגוס" פֿון ל. מלאך.

װי אַ דערװאַקסענע טרעט זי אַרײַן אין דער שפּאַנישער דראַמאַטישער שול און שפּילט דרײַ יאָר אױף דער שפּאַנישער בינע. אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן איר בינע־קאַריערע. שפֿרה לערער װערט אַ מיטגליד פֿון ייִדישן אַרטיסטן־פֿאַראײן. זי טרעט אויף מיטן באַרימטן אַקטיאָר און חזן משה אױשער און פֿלאָרענס װײַס. בײַ זיגמונט טורקאָװ שפּילט זי הױפּט־דראַמאַטישע ראָלעס אין די פּיעסעס "אורטײל", "הירשקע לעקערט", "איװאַן קרוגער" און דער "גלאָקציִער פֿון נאָטר־דאַם".

קײן אַרגענטינע קומען אַראָפּ די גאַסטראָליאָרן יעקבֿ בן־עמי און בערטאַ גערסטין. אין דער טרופּע שפּילט זי די ראָלע פֿון רות אין "דער געלער לאַטע" ("פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק"), אין ה. לײװיקס "דער פּאָעט איז בלינד געװאָרן", אין סטרינדבערגס "דער פֿאָטער". צוזאַמען מיטן גרױסן אַקטיאָר סעמועל גאָלדענבורג, אין "יאָשע קאַלב", אין "טבֿיה דער מילכיקער" — פּערל פֿון קלאַסישן און ייִדישן רעפּערטואַר. דער אָנטײל פֿון שפֿרה לערער אין די פּיעסעס פֿון אַזאַ הױך־קינסטלערישן כאַראַקטער באַװײַזט, אַז זי איז נישט נאָר אַן אַקטריסע פֿון פֿאַרװײַלונגס־טעאַטער (װאָס דאָס איז בכלל נישט קײן חיסרון), נאָר אַן אַקטריסע, װאָס קאָן באַהערשן און אױספֿירן יעדע ערנסטע דראַמאַטישע ראָלע!

שפֿרה לערער פֿאַרלאָזט אַרגענטינע און פֿאָרט אַרױס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אױף דער רעקאָמענדאַציע פֿון סעמועל גאָלדענבורג װערט זי אַנגאַזשירט אין ברוקלינער פּאַרקװײ־טעאַטער און שפּילט אין דער פּיעסע "פֿון ניו־יאָרק קײן בערלין". נאָכן אָפּשפּילן אַ סעזאָן לאָזט זי זיך אַרױס מיט קאָנצערטן אין קעמפּ "בױבעריק", אָרגאַניזירט דורכן "אַרבעטער־רינג", "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "הסתּדרות".

אין יאָר 1946 פֿאָרט זי צוריק קײן אַרגענטינע, װוּ זי טרעט אױף מיטן אַקטיאָר בן־ציון װיטלער אין טעאַטער "מיטרע". דעמאָלט הײבט זיך אָן איר װאַנדערװעג מיט ייִדיש טעאַטער צוזאַמען מיט װיטלערן, מיט װעמען זי האָט חתונה געהאַט אין יאָר 1946. אין 1949 איז שפֿרה לערער געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָרן־פֿאַראיין אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן — דעם װיכטיקסטן ייִדישן טעאַטער־פֿאַראײן אין דער װעלט.

אין 1949 שפּילט זי אינעם פֿילם "גאָט, מענטש און טײַװל" אין דער ראָלע פֿון פֿרײדעניו — אַ שטאַרקע דראַמאַטישע ראָלע אין אײנער פֿון די בעסטע פּיעסעס פֿון יעקבֿ גאָרדין. זי שפּילט צוזאַמען מיט מיכאל מיכאַלעסקאָ און גוסטאַװ בערגער. אין 1952 באַטײליקט זי זיך אין הערמאַן יאַבלאָקאָװס אינסצעניזאַציע פֿון בנימין רעסלערס פּיעסע "אָנקל סעם אין ישׂראל" אין "פּאַבליק־טעאַטער" אין ניו־יאָרק.

אָבער לאָמיר אױף אַ װײַלע זיך צוריקקערן צו שפֿרה לערערס פּערזענלעכער ביאָגראַפֿיע: װער איז זי? װי קומט עס, אַז אַ קינד פֿון די "פּאַמפּאַס", פֿון די ייִדישע קאָלאָניעס און דאָ פֿון אַזאַ קאָלאָניע װי סאַנטאַ קאַטאַלינאַ מיט 3 ייִדישע משפּחות זאָל אױסװאַקסן און װערן אַ ייִדישע אַקטריסע מיט אַ נאָמען? אױף דעם קאָן זײַן בלױז אײן ענטפֿער — אין איר האָרעפּאַשנער משפּחה האָבן אַ סך זאַכן געפֿעלט — מ׳קאָן זאָגן, אַז איר טאַטע־מאַמע זענען געװען לײַטישע אָרעמע־לײַט, אָבער אײן זאַך האָט דאָרט נישט געפֿעלט — ליבשאַפֿט צו ייִדישקײט, צום ייִדישן פֿאָלק. איר טאַטע, יאָסל דער שװאַרצער, האָט בײַ איר אײַנגעפֿלאַנצט ליבע צום ייִדישן װאָרט... ער, דער טאַטע, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון שטעטעלע פּאָריצק לעבן װלאַדימיר־װאָלינסק אין װאָלין, אַ לינקער פּועלי־ציוניסט און ייִדישיסט, האָט מיט דער טאָכטער געלערנט אַ בלאַט... שלום־עליכם און מענדעלע און פּרץ. איר טאַטע האָט אין זײַן שטעטל געגרינדעט אַ ייִדישע ביבליאָטעק און געשאַפֿן אַ ייִדישן דראַמאַטישן קרײַז.

שפֿרה לערער האָט אין איר לאַנג־יאָריקער בינע־טעטיקײט געשפּילט אין אַרגענטינע, אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אין יאָר 1962 האָט זי געשפּילט מיט ש. דזשיגאַן אין זײַן הומאָר־ און סאַטירע־טעאַטער װי די הױפּט־פּאַרטנערין. זי האָט אין ישׂראל געהאַט גרױס דערפֿאָלג.

אין יאָר 1956 האָט זי געשפּילט צוזאַמען מיט בן־ציון װיטלער די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "דער זינגענדיקער שמיד". די פֿאָרשטעלונג איז געשפּילט געװאָרן אין ישׂראל אין אַלע שטעט און שטעטלעך — העכער 100 פֿאָרשטעלונגען!

אין 1962 פֿאָרט זי װידער אַרױס קײן אַרגענטינע און שפּילט דאָרט צוזאַמען מיטן אַקטיאָר און זינגער אינאָ טאָפּער די פֿאָרשטעלונג "שױן אײן מאָל אַ סוזי" — רעזשי דוד ליכט. די פֿאָרשטעלונג װערט אױפֿגעפֿירט אין טעאַטער "מיטרע". אין יאָר 1964 שפּילט שפֿרה לערער אין טעאַטער "מיטרע" די גאָרדין־פּיעסע "כאַסיע פֿון קאַראַטשיקראַק".

װעגן שפֿרה לערער שרײַבט דער דיכטער און עסײיִסט יצחק יאַנאַסאָװיטש אין דער צײַטונג "די פּרעסע", װאָס איז דערשינען אין בוענאָס־אײַרעס: "שפֿרה לערער איז הײַנט־צו־טאָג אײנע פֿון די טאַלאַנטירטסטע ייִדישע אַקטריסעס און זי איז פּונקט אַזױ מלא־חן און קװעקזילבערדיק אין דער מוזיקאַלישער קאָמעדיע און אין דער אָפּערעטע װי איבערצײַגעװדיק און װערדיק זי איז אין דער דראַמע און מעלאָדראַמע. זי איז גוט און הײמיש אין אַלע זשאַנערס און אין אַלע ראָלעס".

שפֿרה לערער האָט געשפּילט די הױפּט־ראָלע אין דער פּיעסע פֿון באַקאַנטן ישׂראלדיקן שרײַבער אַהרון מגד (מעגעד) "חנה סענעש". די פֿאָרשטעלונג איז אױך געוויזן געװאָרן אין טעאַטער "מיטרע" אין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1964. דער באַקאַנטער ליטעראַטור־ און טעאַטער־קריטיקער יעקבֿ באָטאָשאַנסקי שרײַבט װעגן דער פֿאָרשטעלונג און װעגן שפֿרה לערער אין אַן עסײ "װען איך האָב װאָס צו זאָגן...":

"...דעם גרעסטן חלק אין דער איבערצײַגעװדיקײט פֿון דער פּיעסע האָט שפֿרה לערער אין דער ראָלע פֿון חנה סענעש. זי איז גוט סײַ ווי די 18־יאָריקע און קינדישע חנה סענעש, סײַ אין דער רײַפֿער 23־יאָריקער און אידעאַליסטישער מײדל און דיכטערין און העלדין. זי איז אומגעהײַער עכט. דאָס איז אַ לירישע ראָלע מיט שטאַרקע דראַמאַטישע אַקצענטן".

לאָמיר דערבײַ דערמאָנען, אַז חנה סענעש איז דער נאָמען פֿון אַ ייִדיש מײדל פֿון אונגאַרן, װאָס איז געװאָרן אַ לעגענדע.

שפֿרה לערער האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנגן וועג אין קינאָ: פּון "גאָט, מענטש און טײַוול" ביז "Legacy" — אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין אַרגענטינע; אין די אַמעריקאַנער האָליוווּד־פֿילמען פֿון וווּדי אַלען.

איר אַרבעט איז הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן: זי האָט באַקומען די פּרעמיע פֿון דער זשיטלאָווסקי־פֿונדאַציע, און אין 2002 ווערט זי באַערט מיט אַן אויסצייכענונג פֿאַר איר לאַנג־יאָריקער פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעט פֿונעם ניו־יאָרקער גאָווערנאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי.