| |
שױן יאָרן לאַנג װי זײ דרוקן זיך אין "פֿאָרװערטס" װי אױך אין פֿאַרשײדענע ייִדישע פּובליקאַציעס אין דער גאָרער ייִדיש־װעלט.
ער ברענגט אַרױס פֿאַר די לײענער און פֿאַר די צוהערער אין זײַנע אָפֿטע לעקציעס, אויף זײַן אײגנאַרטיקן, פֿאָלקסטימלעכן שטײגער, די פֿאַרשײדענע אַספּעקטן, קאָלירן און שטריכן אין דער קונסט, און די ייִדישע ניואַנסן און קלאַנגען אין דער מוזיק. ער דערצײלט װעגן דער השפּעה און בײַטראָג פֿון אַחינו־בני־ישׂראל צו דער אַלגעמײנער מוזיק און קונסט אין לױף פֿון דורות.
זײַנע אינטערפּרעטאַציעס און אַנאַליזן צײכענען זיך אױס מיט גרױס ערודיציע און באַהאַװנטקײט, און דערפֿאַר זענען זײ טאַקע פֿאַרשטענדלעך און פּאָפּולער בײַ זײַנע לײענער און צוהערער.
די לײענער פֿון "פֿאָרװערטס" האָבן זיכער לעצטנס געלײענט פֿישבינס אָפּהאַנדלונגען װעגן דעם "גירוש פֿון מאָן־פּאַרנאַס" — די אײַנדרוקספֿולע און רירנדיקע אױסשטעלונג אין "יד־ושם" אין ירושלים, פֿון די מאָלערײַען פֿון די ייִדישע קינסטלער אין פּאַריז, װעלכע זענען אומגעבראַכט געװאָרן פֿון די נאַציס בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, מיט דער מיטהילף פֿון די פֿראַנצױזישע קאָלאַבאָראַטאָרן.
אױך געדענקען זײ זיכער די אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען װעגן דער באַװוּסטער ירושלימער מאָלערין אַננאַ טיכאַ און די אַנדערע ייִדישע מאָלער און מוזיקער.
מיר האָבן זיכער מיט גרױס אינטערעס געלײענט אין דעם לעצטן נומער פֿון "פֿאָרװערטס" זײַן אָפּהאַנדלונג אד"ט: "ייִדן (בתוכם משומדים) און... מאָצאַרט".
עקיבֿא פֿישבין קען פֿאַררעכנט װערן װי אײנער פֿון די װײניקע ליטעראַטור־ און קונסט־קריטיקער הײַנט־צו־טאָג, װעלכע פֿאַראײביקן פּערזענלעכקײטן, געשעענישן און װיכטיקע עפּיזאָדן אין דער װעלט פֿון מוזיק און קונסט אין דער ייִדישער שפּראַך.
ער האָט אַ לאַנגע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער מוזיק און קונסט. שױן אין זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט ער אַרױסגעװיזן גרױס אינטערעס און נײגונג צו די דאָזיקע געביטן.
ער איז געבױרן געוואָרן אין װאַרשע, דעם 20סטן דעצעמבער 1916, װאָס מײנט איצט פֿאַר אונדז, אַז אין אַ חודש אַרום װעט ער דערגרײכן דעם עלטער פֿון 90 יאָר, עד־מאה־ועשׂרים!
די ירושלימער ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט איז שטאָלץ צו האָבן אים פֿאַר אײנעם פֿון אירע איבערגעגעבענע און חשובֿע חבֿרים. ער טרעט אָפֿט אַרױס אין דער געזעלשאַפֿט מיט זײַנע העכסט אינטערעסאַנטע לעקציעס פֿון װעלכע די צוהערער "לעקן ממש די פֿינגער".
מיר האָבן דעריבער אַ גוטע "סיבה למסיבה", און מיר גרײטן זיך טאַקע צו פֿײַערן אין דעם קומענדיקן חודש, דעם װיכטיקן מײַלשטײן אין לעבן פֿון אונדזער ליבן חבֿר עקיבֿא פֿישבין, אין די ראַמען פֿון אונדזערע װעכנטלעכע פּראָגראַמען.
אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, האָב איך געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו האָבן מיט אים אַ לענגערן, פֿרײַנדלעכן שמועס, אין זײַן הײם אין דער שכונה "הגבֿעה הצרפֿתית", אײנע פֿון די פֿאָרשטעט פֿון ירושלים.
איך בין צופֿרידן צו טײלן זיך מיט אונדזערע לײענער מיט מײַנע אײַנדרוקן און געפֿילן פֿון אונדזער באַגעגעניש.
עקיבֿא פֿישבין האָט אין זײַנע קינדער־יאָרן געלערנט אין אַ חדר און שפּעטער ממשיך געװען אין דער ייִדישער גימנאַזיע "לאור", װאָס האָט זיך געפֿונען אױף דער באַװוּסטער נאַלעװקע־גאַס אין װאַרשע.
זײַן פֿאָטער איז ניט געװען קײן רעליגיעזער ייִד, ער פֿלעגט גײן אין שיל נאָר אין די ימים־טובֿים.
אָבער זײַן פֿעטער, װעלכער איז געװען "קװאַטער" בײַ זײַן ברית, האָט זײער שטאַרק געװאָלט װערן אַ חזן, פֿלעגט ער יעדן שבת יאָ גײן אין שיל אַרײַן צו הערן חזנים, פֿלעגט ער שטענדיק מיטנעמען מיט זיך דעם קלײנעם עקיבֿאן, װאָס האָט מיט דער צײַט ליב באַקומען חזנות. די דאָזיקע ליבע האָט אים שפּעטער געפֿירט צו װערן אַ גרױסער ליבהאָבער אױך פֿון אָפּערע־מוזיק, פּלאַסטישער קונסט, מאָלערײַ און סקולפּטור.
אין זײַנע יונגע יאָרן האָט עקיבֿא זוכה געװען צו הערן אין די װאַרשעװער שילן די באַרימטסטע חזנים פֿון יענער צײַט, װי משה קוסעװיצקי, גרשון סיראָטאַ, הערשמאַן, קװאַרטין און אַ סך אַנדערע.
נאָכן ענדיקן די גימנאַזיע פֿאָרט עקיבֿא קײן פֿראַנקרײַך שטודירן כעמיע אין דעם אוניװערסיטעט פֿון בעזאַנסאָן.
"װאָס עפּעס כעמיע?" — פֿרעג איך עקיבֿאן מיט נײַגעריקײט.
זײַן ענטפֿער איז געװען: "דער טאַטע האָט מיר געזאָגט, אַז 'פֿון קלעזמערײַ קען מען ניט מאַכן קײן פּרנסה, עס איז ניט קײן פֿאַך; װער כאָטש אַן אינזשעניר פֿון כעמיע, װעסטו האָבן פּרנסה'".
מיט צװײ יאָר שפּעטער איז אױסגעבראָכן די װעלט־מלחמה. עקיבֿא האָט איבערגעריסן זײַן שטודיום און קײן אינזשעניר פֿון כעמיע איז ער ניט געװאָרן...
אין די צײַטן פֿון דער מלחמה װערט עקיבֿא פֿאַרשיקט קײן סיביר, אין טיף רוסלאַנד, אין פֿאַרשײדענע אַרבעטס־לאַגערן.
װען די באַקאַנטע פּױלישע שרײַבערין װאַנדאַ װאַסילעװסקאַ אָרגאַניזירט אין רוסלאַנד די פּױלישע אַרמײ, װאָלונטירט ער צו װערן אַ פּױלישער זעלנער און באַטײליקט זיך אין די קאַמפֿן צו באַפֿרײַען פּױלן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
נאָך דעם קריג קומט ער אָן אין דער געװעזענער דײַטשישער שטאָט װאַלבזשיך, װוּ עס געפֿינען זיך דאַן אַ סך פֿון די באַפֿרײַטע ייִדישע פּליטים.
ער שליסט זיך אָן אין דער לינקער פּועלי־ציון־באַװעגונג און װערט אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער פּאַרטײ־צײַטונג, װאָס דערשײַנט אין דײַטשלאַנד אונטער דער רעדאַקציע פֿון אפֿרים שרײַער.
אין 1948 קומט ער אָן קײן פּאַריז און װערט אַקטיװ אין די דאָרטיקע "ייִדיש־קרײַזן" און אַרבעט מיט אין דער ייִדישער פּרעסע מיט זײַנע אַרטיקלען. אַ דאַנק אים איז געשאַפֿן געװאָרן די װיכטיקע פּרעמיע פֿון דער בוכמאַן־פֿונדאַציע, צו פֿאַראײביקן דעם זכּרון פֿון ייִדישן חורבן אין מיזרח־אײראָפּע.
אין פּאַריז האָבן זיך פֿאַר עקיבֿאן אַנטפּלעקט ברײטע האָריזאָנטן פֿון מוזיק און קונסט. ער איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן פֿון אַלע מעגלעכקײטן און געלעגנהײטן זיך צו באַקענען און נאָענט זיך צו באַפֿרײַנדן מיט די קאָמפּאָזיטאָרן און מאָלער, און באַזוכן אָפֿט די צאָלרײַכע מוזײען און אױסשטעלונגען. ער האָט גענאָסן פֿון אַלץ װאָס פּאַריז האָט געגעבן פֿרײַ און אָפֿן, אײנעם װאָס איז געװען נײַגעריק, טשיקאַװע און װיסנגיריק, נאָך אַזױ פֿיל יאָרן פֿון לײַד, װאָגלעניש און נע־ונד.
מיט דער צײַט, איז עקיבֿא פֿישבין געװאָרן דער מכניס־אורח און װעגװײַזער פֿאַר ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און ייִדישע קולטור־טוער, װעלכע פֿלעגן קומען באַזוכן פּאַריז. זײַן אַדרעס איז געװען ברײט באַקאַנט פֿאַר אַלעמען.
אין יאָר 1984 דערשײַנט אין פּאַריז זײַן ערשט בוך "אַ ייִדישער בליק אױף בעטהאָװען", װאָס איז אױפֿגענומען געװאָרן מיט גרױס װאַרעמקײט. עס האָט באַקומען אַ גרױסע צאָל פּאָזיטיװע אָפּרופֿן און קריטיק אין אַלע קרײַזן אין דער ייִדישער קולטור־װעלט.
אין דעם זשורנאַל "די צוקונפֿט" פֿון מײַ־יוני 1984 שרײַבט אונדזער חנה גאָרדאָן־מלאָטעק אין איר פֿאַרנעמלעכער אָפּהאַנדלונג װעגן בוך, צװ"אַנד:
..."מיר דערמאָנען דאָס אַלץ אין שײַכות מיט אַ נײַ בוך אין ייִדיש פֿון עקיבֿא פֿישבין 'אַ ייִדישער בליק אױף בעטהאָװען', װאָס איז איצט אַרױס אין פּאַריז. ייִדישע מוזיקאָלאָגן האָבן שױן אַ סך פֿריִער געפּרוּװט זוכן באַװײַזן פֿון בעטהאָװענס באַציִונג צו ייִדן און צו ייִדישער מוזיק.
"עקיבֿא פֿישבין האָט אונדז אָבער איצט געגעבן אַן אַרומנעמענדיק בילד פֿון דער עפּאָכע און דער סבֿיבֿה אין װעלכער בעטהאָװען האָט געלעבט, און ער פֿרעגט: 'איז מעגלעך, אַז די הומאַניסטישע אױספֿאָרמונג פֿון יונגן בעטהאָװען זאָל האָבן אַדורך אָן ייִדישע השפּעות?'
"...'עפּעס לײגט זיך דאָס גאָר ניט אױפֿן שׂכל'. דאָס בוך, זאָגט ער אין זײַן 'װאָרט פֿאָרױס', איז אַ באַשײדענע קולטור־היסטאָרישע אַרבעט, אַ פּרוּװ צו פֿאַרטראַכטן זיך מכּוח די אױבן אַרױסגעזאָגטע פֿראַגעס".
און זי פֿאַרענדיקט איר זײער אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונג מיט אַ לױב און אָנערקענונג צו דעם מחבר עקיבֿא פֿישבין "פֿאַר װאַרפֿן אַ ליכט אױף אַ זײער װיכטיקער, און ביז איצט װײניק־באַקאַנטער זײַט פֿון דעם גרױסן מוזיקערס לעבן און שאַפֿן. ער האָט געמאַכט אַ װיכטיקן בײַטראָג צו דער גרױסער ליטעראַטור, װאָס עס איז ביז איצט שױן געשאַפֿן געװאָרן װעגן דעם מוזיקאַלישן גאון".
אין דעם זעלבן גײַסט האָבן זיך אױך אָפּגערופֿן די אַנדערע קריטיקער, בשײַכות מיטן דערשײַנען פֿון זײַן צװײטן בוך, שױן אין ירושלים, אין יאָר 1992 "אין די טריט פֿון קינסטלער, מוזיקער און פּלאַסטיקער".
אין דער "ישׂראל־שטימע" פֿון דעם 1טן נאָװעמבער 1995 שרײַבט ל. חײם צװ"אַנד:
"...עקיבֿא פֿישבין, אַ געניטער מוזיקאָלאָג, דערצײלט אונדז אױך װעגן דעם 'געקרײציקטן זינגער' — מאָצאַרט, װעגן די אימפּראָװיזאַציעס פֿון יונגן בעטהאָװען און װעגן קינסטלער מאָשעלעס, דעם פֿאַרפֿלאַמטן ייִדישן חסיד... פֿישבינס ביאָגראַפֿיעס פֿון מוזיקער און מאָלער זענען ניט קײן קאַלטע, אָביעקטיװע אײנצלהײטן. פֿישבין שרײַבט מיט האַרץ און מיט געפֿיל. ער פֿאַרייִדישט זײ אין אַ ייִדישער פֿאָלקס־שפּראַך, מיט ספּעציפֿיש ייִדישע אידיאָמען, פֿאָלקסװערטלעך און אַפֿאָריזמען באַװירצט ער זײַן שרײַבן.
"אױב אַזױ װעגן מוזיקער פֿון פֿאַרגאַנגענע, װײַטע יאָרן, איז על־אַחת־כּמה־וכּמה װען ער דערצײלט װעגן הײַנטיקע ייִדישע קינסטלער, װעלכע ער קען פּערזענלעך, טרעפֿט זיך מיט זײ און מיט זײערע שאַפֿונגען פּנים־אל־פּנים.
"...פֿישבין זוכט ניט בלױז ייִחוס־אָבֿות, נאָר אױך ייִחוס־קונסט. מיט זײַן בקיאות אַנאַליזירט ער די פֿאַרשײדענע קונסט־זשאַנערס פֿון זײער יצירה: די פֿרעסקאָס פֿון משהקע באַהעלפֿער, דאָס 'שטיל לעבן' פֿון מאַרקעל, די מיניאַטורן פֿון דוד טושינסקי, אַרדאָנס טעפּעכער, בענס תּנ"ך־שאַפֿונגען, די סקולפּטורן פֿון זעלינגער און מילבערגער".
הכּלל רבותי (אַ װאָרט מיט װעלכן פֿישבין באַנוצט זיך זײער אָפֿט — מ"ד), צו זײַן דערגרײכן דעם געבענטשטן עלטער פֿון 90 יאָר, װילן מיר טאַקע װינטשן אונדזער ליבן פֿרײַנד עקיבֿא פֿישבין, נאָך אַ סך געזונטע, שעפֿערישע און צופֿרידענע יאָרן.
מיר זאָלן געניסן פֿון זײַנע באַלערנדיקע, אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען און לעקציעס "װעגן מוזיקער און פּלאַסטיקער", װי ער האָט עס געטאָן פֿאַר אונדזערט װעגן ביז הײַנט, במשך פֿון מער װי אַ האַלבן יאָרהונדערט!



קהילה־לעבן 






עקיבֿא פֿישבין 