װאַרשע—פּאַריז׃ אַ נײַע אױסשטעלונג פֿון פּױליש־ייִדישע קינסטלער
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חיים עפּשטײן —  ״אין אַ קאַפֿע״ חיים עפּשטײן — ״אין אַ קאַפֿע״

װי אַ קונסט־היסטאָרישער באַגריף, באַשטימט די "פּאַריזער שול" ניט קײן קינסטלערישע באַװעגונג אָדער סטיל, נאָר אַ היסטאָרישע סיטואַציע. דער דאָזיקער פּרינציפּ ליגט אין דעם יסוד פֿון דער נײַער אױסשטעלונג, װאָס האָט צונױפֿגעבראַכט די װערק פֿון צװאַנציק ייִדישע קינסטלער, װעלכע זײַנען געקומען פֿון פּױלן קײן פּאַריז צװישן די יאָרן 1905־1939. די אױסשטעלונג קומט פֿאָר אין דער גאַלעריע "מאַרק מעזאָן" (75008 rue du Faubourg Saint Honoré 178, Paris) פֿון דעם 21סטן נאָװעמבער ביזן 21סטן דעצעמבער. די דאָזיקע אױסשטעלונג איז ממשיך די סעריע פֿון אױסשטעלונגען אונטער דער השגחה פֿון נאַדין ניעשאַװער, דער באַקאַנטער פֿאָרשערין פֿון דער מיזרה־אײראָפּעיִשער ייִדישער קונסט אין פֿראַנקרײַך. אַן ענלעכע אױסשטעלונג פֿון די פּאַריזער רוסיש־ייִדישע קינסטלער איז פֿאָרגעקומען מיט צװײ יאָר צוריק.

די מיטגלידער פֿון דער "פּאַריזער שול" זײַנען פֿאַראײניקט ניט אַזױ דורך דעם בשותּפֿותדיקן סטיל אָדער קוק אױף דער קונסט, װי מיט זײער מענטשלעכן און שעפֿערישן גורל. זײ אַלע האָבן געהאַט זײער ערשטע אױסשולונג אין פּױלן און זײַנען שפּעטער געקומען קײן פּאַריז, כּדי צו װערן תּושבֿים אין דער הױפּטשטאָט פֿון דער מאָדערנער קונסט. אַזױ אָדער אַנדערש האָבן זײ געהערט צו דער באָהעמישער סבֿיבֿה פֿון דעם ייִדישן "שטעטל" אין מאָנפּאַרנאַס. אַ סך פֿון זײ זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן, אין פֿראַנקרײַך אָדער אין פּױלן. זײ האָבן מיטגעבראַכט פֿון וואַרשע אַ מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע מעלאַנכאָליע און אַ ביסל חוצפּה. פּאַריז איז געװען זײער ירושלים. אָבער קײן סך דרך־ארץ פֿאַר די קלאַסישע טראַדיציעס פֿון דער פֿראַנצױזישער קונסט האָבן זײ ניט געהאַט. אַפֿילו די סאַמע דערפֿאָלגרײַכסטע פֿון זײ זײַנען פֿאַרבליבן "גרים" אין פֿראַנקרײַך — און זײער פֿרעמדקײט איז געװאָרן באַזונדער בולט בעת דער מלחמה און אָקופּאַציע.

אין זײַן בוך "בילדער און געשטאַלטן פֿון מאָנפּאַרנאַס" (פּאַריז, 1963) האָט כיל אַראָנסאָן איבערגעלאָזט אַ לעבעדיקע באַשרײַבונג פֿון דעם טיפּישן קינסטלער־אַטעליע פֿון יענער צײַט: "אָט פֿאַל איך אַרײַן אין דער אַטעליע פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן מאָלער. דאָרט הערשט אַ שרעקלעכע אומאָרדענונג. אױפֿן פּאַרקעט, אױף די שטולן זײַנען אָנגעװאָרפֿן באַמאָלטע לײַװנטן, גרעסערע און קלענערע. אױף אַ טיש — טעפּ מיט פֿאַרטריקנטע פֿאַרבן־פֿלאַקאָנען, פֿאַרדאַרטע פּענדזלען, שמוציקע פֿלעשער מיט טערפּענטין און פּאָליטור. דער מאָלער שטײט פֿאַרן מאָלברעט אין אַ װײַסן כאַלאַט, פֿאַרשמירט מיט פֿאַרבן. איך פֿרעג זיך אַלײן׃ װי אַזױ קאָן מען אין אַזאַ אומגעלאָזטער, פֿאַרשטױבטער אַטעליע אַרבעטן? איך באַטראַכט דאָס צעקנײטשטע געזיכט פֿון מאָלער, װאָס דערצײלט מיר װעגן יאָרן פֿון נױט און שװערע זאָרגן."

די איצטיקע אױסשטעלונג ברענגט װידער צונױף די קינסטלער, װאָס האָבן אַ מאָל באַװױנט דאָס ייִדישע "שטעטל" אין פּאַריז. אײניקע פֿון זיי זײַנען געװאָרן באַרימט, ווי: הענריק בערלעװי, משה קיסלינג, מאַרעק שװאַרץ. די אַנדערע נעמען זײַנען באַקאַנט, דער עיקר, צװישן די קענער און ליבהאָבער פֿון קונסט פֿון יענער תּקופֿה. די אױסשטעלונג דערמאָנט אונדז װעגן דעם שװערן לעבן און ביטערן טױט פֿון יענעם דור קינסטלער.

יאָאַכים װײַנגאַרט איז געבױרן אין דראָביטש אין 1895 אין אַ משפּחה פֿון אַ װײַנשענקער. ער האָט שטודירט קונסט אין דײַטשלאַנד און געהאַט דערפֿאָלגרײַכע אױסשטעלונגען אין װין, בערלין און לעמבערג. אין פּאַריז האָט ער זיך באַזעצט אין 1923, חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ פֿראַנצױזישן דאָקטאָר און בהדרגה געװאָרן באַקאַנט. אַראָנסאָן, װעלכער האָט גוט געקענט װײַנגאַרטן, מערקט אָפּ די ספּעציעלע מעלות פֿון דעם קינסטלערס סטיל׃ "באַזונדערס איז װײַנגאַרט שטאַרק, װען ער צײכנט קינדער און די אינטעלעקטועלע, ראַפֿינירטע פֿרױ פֿון אונדזער צײַט. זײַן שטריך איז דעמאָלט נערװעז, סאָליד און טרעפֿלעך גלײַכצײַטיק". אָבער די גוטע צײַטן האָבן געדױערט ניט לאַנג. דער קינסטלער האָט געליטן פֿון אַ פֿאַרפֿאָלגונג־מאַניע, זײַן פֿרױ האָט אים פֿאַרלאָזט. ער האָט זיך אין גאַנצן פֿאַרטיפֿט אין זײַן אַרבעט און זיך אָפּגעזונדערט פֿון דער װעלט, פֿאַרשפּאַרנדיק זיך אין זײַן אַטעליע. זײַנע קאָשמאַרן זײַנען געװאָרן װאָר אין 1942; ער איז געװאָרן אַרעסטירט דורך די געסטאַפּאָ־אַגענטן, פֿאַרשלעפּט געװאָרן אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער פּיטיװיע און פֿון דאָרטן אָפּגעשיקט קײן אױשוויץ.

לאָדזש האָט געגעבן דער װעלט אַ היפּשע צאָל ייִדישע קינסטלער, און אַ סך פֿון זײ זײַנען געװען טעטיק אין פּאַריז. אײנער פֿון זײ, חיים (אַנרי) עפּשטײן (1891־1944), איז געבױרן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון אַ בוכהאַלטער, און אָנגעהױבן לערנען זיך קונסט אין זײַן הײמשטאָט. ער האָט געאַרבעט אין דער אַטעליע, װאָס דער גרױסער ייִדישער טעקסטיל־פֿאַבריקאַנט פּאָזנאַנסקי האָט גאַמאַכט אין זײַן פּאַלאַץ פֿאַר די לאָדזשער קינסטלער. עפּשטײן האָט ממשיך געװען זײַן בילדונג אין מינכן און אין 1913 איז ער געקומען קײן פּאַריז, װוּ ער איז גלײַך געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דעם באַרימטן קינסטלערישן קיבוץ "לאַרוש" (בינשטאָק). "דער קלוגער מענטש האָט פֿאַרמאָגט אַ סך עניוות; װען מען פֿלעגט, למשל, אָנהייבן מיט אים רעדן װעגן זײַן אײגענער קונסט, איז ער באַלד אַריבער צו די זכרונות װעגן זײַנע פֿרײַנד, חיים סוטין און אַמאַדעאָ מאָדיליאַני" — שרײַבט װעגן עפּטשטײנען דער פֿאָרשער פֿון דער "פּאַריזער שול" הערש פֿענסטער אין זײַן לעקסיקאָן "אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער" (פּאַריז, 1951). נאָך מאָדיליאַניס זעלבסטמאָרד האָט עפּשטײן אָנגעשריבן אַ נעקראָלאָג פֿאַרן ייִדישן זשורנאַל "רענעסאַנס", װאָס איז אַרױס אין לאָנדאָן, אונטער דער רעדאַקציע פֿון לעאָ קעניג, אין 1920. עפּשטײן האָט ספּעציעל אָפּגעמערקט דעם מיסטישן, "חסידישן" כאַראַקטער פֿון מאָדיליאַניס מאָלערײַ. בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך האָט זיך עפּשטײן פֿאַרבאַהאַלטן אױף דער פֿאַרמע, װאָס ער האָט געקױפֿט פֿאַר דער מלחמה. ער איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן דרײַ חדשים פֿאַר דער באַפֿרײַונג און איז אומגעקומען אין אױשװיץ.

די איצטיקע אױסשטעלונג אין פּאַריז דערמאָנט אונדז װידער אַ מאָל װעגן דער "עדה ייִדישע קינסטלער, װאָס זײַנען אַמאָל געקומען קײן פּאַריז און זײַנען אומגעקומען דאָרט, װוּ ס׳איז אַפֿילו קײן קבֿר נאָך זײ נישט געבליבן..." (מאַרק שאַגאַל).