"ייִדישע נשמה" אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Anna Shternshis. Soviet and Kosher: Jewish Popular Culture
in the Soviet Union, 1923—1939. Indiana University Press, 2006. Anna Shternshis. Soviet and Kosher: Jewish Popular Culture
in the Soviet Union, 1923—1939. Indiana University Press, 2006.

ביז לעצטנס האָט די פֿאָרשונג פֿון סאָװעטישן ייִדנטום געהערט צו דער אַקאַדעמישער בראַנזשע פֿון "סאָװעטאָלאָגיע". דעם טראַף פֿלעגט מען לײגן אױף דעם פּאָליטישן אַספּעקט, דאָס הײסט, אױף דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער סאָװעטישער מלוכה און דעם קאַמף פֿאַר דער עמיגראַציע. דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די מיליאָנען סאָװעטישע ייִדן האָט באַקומען װײניקער אױפֿמערק פֿון די מערבֿדיקע פֿאָרשער, בפֿרט אַז זײ האָבן ניט געהאַט קײן צוטריט צו די מקורים אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין די לעצטע צען יאָר איז געקומען אַ נײַער דור פֿאָרשער, װעלכע האָבן זיך גענומען איבערצוקוקן די אַלטע "אמתן". דער צעפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט ניט בלויז געעפֿנט די סאָװעטישע אַרכיװן פֿאַר די אױסלענדישע פֿאָרשער, נאָר זיי אױך געבראַכט דעם געדאַנק אַנדערש צו באַטראַכטן די גאַנצע סאָװעטישע תּקופֿה. די פֿאָרשונגען פֿון דוד שניר, גענאַדי עסטרײַך, דזשעפֿרי װײַדלינגער, גאַבריעלאַ פֿרײַטאַג האָבן אױסגעמאָלט אַ נײַ בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די סאָװעטישע ייִדן האָבן באַקומען אַ נײַע ראָלע אין דער היסטאָרישער דראַמע׃ די פֿלאַכע געשטאַלטן פֿון קרבנות פֿון דיסקרימינאַציע זײַנען בהדרגה מגולגל געװאָרן אין לעבעדיקע מענטשן פֿון בשׂר־ודם מיט זײערע אײגענע אינטערעסן, אַמביציעס, דערפֿאָלגן און מפּלות. אַ סך ייִדן האָבן געשפּילט װיכטיקע ראָלעס אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט, און ס׳רובֿ פֿון זײ האָבן געהאַט קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט דער סאָװעטישער מלוכה.

דאָס נײַע בוך פֿון אַנאַ שטערנשיס איז אַ װיכטיקער בײַטראָג אין אָט דער שיטה פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג. דאָס איז דאָס ערשטע װערק, װאָס נעמט אין באַטראַכט ניט בלויז דאָקומענטן, נאָר אױך לעבעדיקע מענטשן. דאָס בוך "סאָװעטיש און כּשר" באַהאַנדלט דעם פֿענאָמען פֿון סאָװעטישן ייִדנטום פֿון אַ טאָפּלטן שטאַנדפּונקט — דעם קאָלעקטיװן און דעם פּריװאַטן. צום ערשטן מאָל הערט דער ענגלישער לײענער די ממשותדיקע שטימען פֿון סאָװעטישע ייִדן, װעלכע דערצײלן װעגן זײער לעבן. זײערע סיפּורים קלינגען גאָר אַנדערש פֿון די פֿאַרשפּרײטע סטערעאָטיפּן. אַנאַ שטערנשיס האָט געהאַט לאַנגע שמועסן מיט 225 ייִדן, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן אין רוסלאַנד אָדער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד צװישן די יאָרן 1906 און 1930. זײ האָבן פּרטימדיק דערצײלט װעגן זײער קינדהײט און יוגנט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, װעגן ייִדישע שולן, אַלטע און נײַע מינהגים, לידער און ביכער, װאָס האָבן פֿאָרמירט זײערע פּערזענלעכקײטן. אַזױ אַרום האָט זיך באַקומען אַ מין קאָלעקטיװער פּאָרטרעט פֿון סאָװעטישן ייִדנטום.

דאָס בוך לײענט זיך װי אַ געשפּאַנטער ראָמאַן. זײַן ספּרוזשינע שטעקט אין דעם קאָנפֿליקט צװישן צװײ באַשטאַנד־טײלן פֿון סאָװעטישער ייִדישער אידענטיטעט, װאָס די מחברין באַצײכנט מעטאַפֿאָריש װי "סאָװעטיש" און "כּשר". דער חידוש פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשונג, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם אַלטן "סאָװעטאָלאָגישן" צוגאַנג, באַשטײט אין דעם, װאָס די דאָזיקע שפּאַנונג װערט געלײזט בשלום, אָן אַן אינערלעכן ריס. ס׳רובֿ סאָװעטישע ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר געטרײַע סאָװעטישע בירגער און האָבן שטאָלצירט מיט זײער לאַנד (פּונקט אַזױ װי הײַנט שטאָלצירן זײ מיט זײער נײַעם לאַנד אַמעריקע). אַװדאי האָבן זײ געליטן פֿון דעם אַנטיסעמיטיזם, מצד דער סאָװעטישער מלוכה און אירע בירגער, אָבער דערבײַ זײַנען זײ כּסדר פֿאַרבליבן געטרײַע סאָװעטישע פּאַטריאָטן. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך די ייִדישע יוגנט מיט התלהבֿות צוגעכאַפּט צו די נײַע פֿרײַהײטן, װאָס די סאָװעטישע מלוכה האָט געעפֿנט פֿאַר זײ׃ דער צוטריט צו דער העכערער בילדונג, קאַריערעס אױף מלוכישער דינסט, סאָציאַלע און געאָגראַפֿישע מאָבילקײט. יונגע ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך פֿון זײערע עלטערן, װאָס זײַנען געגאַנגען לאיבוד נאָך דער רעװאָלוציע, און האָבן אַרײַנגעשטראָמט אין די גרױסע אינדוסטריעלע שטעט. די ייִדישע שפּראַך, קולטור, מנהגים זײַנען פֿאַרבליבן אין דעם עבֿר.

אַנאַ שטערנשיס דערצײלט די געשיכטע פֿון ייִדישער אַסימילאַציע אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד דורך פּערזענלעכע איבערלעבונגען פֿון אירע אינפֿאָרמאַנטן, װאָס אַנטפּלעקן זיך אויף דעם ברײטן היסטאָרישן הינטערגרונט. זי אַנאַליזירט די פּסיכאָלאָגישע, קולטורעלע און סאָציאַלע מעכאַניזמען פֿון אָט דעם דאָזיקן פּראָצעס אױפֿן סמך פֿון די פּרטים פֿון פּריװאַטע דערפֿאַרונגען. דער ערשטער שריט אױף דעם װעג פֿון דער סאָװעטישער אַסימילאַציע איז געװען די אַנטי־רעליגיעזע קאַמפּאַניע אין די 1920ער און אָנהײב 1930ער יאָרן, װאָס איז געפֿירט געװאָרן, דער עיקר, אױף ייִדיש. אַ גרױסע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די פּרעסע און טעאַטער. די סאָװעטישע אַנטי־רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדיסטן זײַנען אַלײן געװען גוט באַהאַװנט אין די קלײנע אותיות און האָבן זיך קונציק באַנוצט מיט די זשאַנערס פֿון פּאַראָדיע און גראָטעסק, װאָס האָבן אַזױ גוט געדינט די ייִדישע משׂכּילים אין זײער קאַמף קעגן חסידות מיט הונדערט יאָר פֿריִער (די דאָזיקע אָבסערװאַציע געהערט שמואל ניגערן). דער קומענדיקער עטאַפּ איז געװען דאָס "מה־יפֿית־זינגען" פֿאַר דער סאָװעטישער מאַכט און דעם חבֿר סטאַלין. די ייִדישע קינדער האָבן געזונגען אױף דעם באַקאַנטן מאָטיװ פֿון "טום־באַלאַלײַקע": "זאָל זײַן נאָמען, זאָל זײַן נאָמען, זאָל זײַן נאָמען זײַן געבענטשט". די טראַדיציע פֿון רימען דעם גוטן "מלך" האָט אױך געװיסע װאָרצלען אין דער משׂכּילישער קולטור פֿון 19טן יאָרהונדערט. אָבער צום סוף 1930ער יאָרן איז שױן ייִדיש מער ניט געװען די שפּראַך פֿון דער ייִדישער יוגנט.

דער איבערגאַנג פֿון ייִדיש צו רוסיש האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטן פּועל־יוצא. די סאָװעטיש־ייִדישע אַסימילאַציע האָט געהאַט אַ בײַ־עפֿעקט׃ בעת דאָס רובֿ ייִדן האָבן אָפּגעװאָרפֿן ייִדיש און די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור, האָבן זײ, װי אַ במקום, אַנטװיקלט אַן אײגנאַרטיקן מין קולטורעלער פֿילבאַרקײט צו דער רוסישער קולטור. מען האָט אױסגעאַרבעט אױף רוסיש אַ ספּעציעלע קונסט פֿון "לײענען צװישן די שורות", אַרײַנטײַטשנדיק אַ ייִדישן אינהאַלט אין די װערק פֿון די רוסישע מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער מין ייִדישע סובקולטור, װאָס האָט כּולל געװען די ליטעראַרישע װערק פֿון איליאַ ערענבורג און װאַסילי גראָסמאַן, לידער פֿון לעאָניד אוטיאָסאָװ, מוזיק פֿון יצחק דונאַיעװסקי, װי אױך שלום־עליכמס װערק אין דער רוסישער איבערזעצונג. אַזױ אַרום איז אַנטשטאַנען די "הױכע" סאָװעטיש־ייִדישע קולטור, להיפּוך צו דער "נידעריקער" קולטור אױף ייִדיש, װאָס מען האָט באַצײכנט מיטן ביטול־וואָרט — װי "קלײנשטעטלדיקע". װי עס באַמערקט אַנאַ שטערנשיס, איז װיכטיק געװען דװקא דאָס, װאָס די שעפֿער פֿון דער "הױכער" קולטור האָבן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט. דער פֿאַקט, װאָס זײ זײַנען דערבײַ געװען ייִדן, האָט זײ צוגעגעבן נאָך מער חשיבֿות אין די אױגן פֿון די סאָװעטישע ייִדן.

דאָס איז געװען אַ סימבאָלישע ייִדישע אידענטיטעט, װאָס האָט אונטערגעשטיצט די פּערזענלעכע װירדע פֿון אַ סך סאָװעטישע ייִדן, אַן אײגנאַרטיקע "סאָװעטיש־ייִדישע נשמה", װאָס שטײט אין דעם פֿאָקוס פֿון אַנאַ שטערנשיסעס פֿאָרשונג. די מערהײט פֿון סאָװעטישע ייִדן װױנען הײַנט מחוץ די גרענעצן פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער אײניקע צװישן זײ בלײַבן געטרײַ דעם לאַנד, װוּ זײ האָבן פֿאַרבראַכט זײערע בעסטע יאָרן. אײנער פֿון די אינפֿאָרמאַנטן האָט אַזױ אויסגעדריקט דעם באַטײַט פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער קולטור פֿאַר זײַן דור׃ "אָט דאָס זײַנען מיר, די ייִדן, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. קײן סך גליק האָבן מיר ניט געהאַט, װעגן אונדזער ייִדישקײט האָבן מיר געהערט בלױז אַנטיסעמיטישע זידלערײַען פֿון אונדזערע שכנים און נאַטשאַלסטװע אױף דער אַרבעט. אָבער דאָס איז געװען אונדזער שטאָלץ, אונדזער לעבן. אױב איר רופֿט דאָס פּראָפּאַגאַנדע, דעמאָלט איז אונדזער גאַנץ לעבן געװען פּראָפּאַגאַנדע."