די וואָך האָבן זיך אין טעהעראַן צונויפֿגענומען אויף אַ קאָנפֿערערנץ 67 פֿאַלשע מומחים (פֿאַרגלײַך מיט פֿאַלשע נבֿיאים) פֿון 30 לענדער אַרומצורעדן די טעמע וועגן חורבן. ריכטיקער, צו באַקומען די מעגלעכקייט צו דערקלערן אָפֿן דער וועלט, אַז די גאַנצע מעשׂה מיטן אומברענגען 6 מיליאָן ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אַ בילבול, אויסגעטראַכט פֿון די ייִדן און דער מערבֿ־וועלט, כּדי אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער אויפֿצושטעלן אַ ייִדישע מדינה, ווי אַ מין חרטה־זשעסט לטובֿת די ייִדן.
װעגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, װי באַװוּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אײגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה..
עס איז דאָ אַ געזעץ אין מדינת־ישׂראל, אַז די אַלע רעגירונגס־אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס, װאָס באַקומען זײערע יערלעכע בודזשעטן, דאַרפֿן עס אױסניצן ביזן סוף פֿון דעם לױפֿנדיקן יאָר. אױב זײ באַװײַזן עס ניט צו טאָן ביז דעם 31טן דעצעמבער, דאַרף די רעשט פֿון די געלטער צוריקגעגעבן װערן צום פֿינאַנץ־מיניסטעריום; מען קען עס ניט אַריבערפֿירן װי אַ צוגאָב צו דעם בודזשעט פֿון דעם קומענדיקן יאָר.
אין די אַלטע סאָװעטישע צײַטן איז דער מאָסקװער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד געװען אַ זעלטענע געשעעניש — דאָס אײנציקע פֿענצטערל אין דער װעלט־קולטור, װאָס האָט דערמעגלעכט אַ קוק צו טאָן אױף דער ביכער־פּראָדוקציע פֿון אַנדערע לענדער. די ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך זײער קונציק באַנוצט מיט דער דאָזיקער מעגלעכקײט, כּדי אױפֿצושטעלן קאָנטאַקטן מיט סאָװעטישע ייִדן.
פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַװעק פֿון דער װעלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין.
ער איז אַװעק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — װײַל מיט געצײלטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געװען מיט אונדז, אַזוי װי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געװען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שװאַכן געזונט און שלעכטער ראיה, װאָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, װאָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע װערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן;
אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים.



קהילה־לעבן 






