דער אויסערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ פֿאַרשפּרייטע קאַמפּאַניע קעגן די עקסטרעמיסטישע מעשׂים פֿון איראַן בכלל, און דעם איראַנישן פּרעזידענט, אַכמאַדינעדזשאַד בפֿרט. לויט די ידיעות, וואָס קומען פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום, איז די הויפּט־אויפֿגאַבע נישט בלויז צו שאַפֿן אין דער וועלט אַ פֿאַראייניקטן פֿראָנט צו קעמפֿן קעגן דער נוקלעאַרער סכּנה פֿון איראַן, נאָר אויך זיך דערשלאָגן צו אַ מישפּט איבער דעם איראַנישן פּרעזידענט פֿאַר זײַנע אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿטריטן;

פֿון שושנה־נחמה שאָסטאַק (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ציוניסטישע פֿרױען־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע — "הדסה", װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1912 דורך הענריעטע סאָלד, איז די גרעסטע ייִדישע פֿרױען־אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. פֿרױ סאָלד איז דעמאָלט געװען זײער באַזאָרגט וועגן דעם, װאָס אין ירושלים האָבן געהערשט אָרעמקײט און קרענק. און דאַן האָט זי געגרינדעט אַ פֿרױען־אָרגאַניזאַציע, װאָס ס׳זאָל קריגן און ליפֿערן מעדיצינישע אױסשטאַטונג קײן ירושלים. אין יאָר 1913 זענען קײן ארץ־ישׂראל אָנגעקומען די צװײ ערשטע קראַנקן־שװעסטער און שפּעטער — אַ דאָקטױרים־מאַנשאַפֿט אין פֿולן באַשטאַנד.

פֿון יצחק פּשעטיצקי (אורוגווײַ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער "אָרט" האָט אָנגעהויבן זײַנע אַקטיוויטעטן אין אורוגווײַ אין חודש מײַ 1942 און דעם 11טן יולי 1943 איז געעפֿנט געוואָרן די טעכנישע שול "אָרט". בײַם אָנהייב האָט זי געשטיצט די סאָציאַלע אינטעגראַציע פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן דורך אַן אומזיסטער אויסשולונג פֿון פּראָדוקטיווע פּראָפֿעסיעס און פֿאַכן. אין משך פֿון די 50ער און 60ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, האָט דער אורוגווײַער "אָרט" אויסגעשפּרייט זײַן דערציִונג־פּראָגראַם פֿאַר דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ וווּקס, וואָס האָט זיך פֿאַרשנעלערט אין די 80ער יאָרן. דער "אָרט" האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די וויכטיקסטע בילדונג־אינסטיטוציעס, וואָס האָט צוגעגרייט טעכניקער אין עלעקטראָניקער, אַרבעטער פֿאַר טעלעקאָמוניקאַציע און קאָמפּיוטער־סיסטעמען. אין 1989 איז דער "אָרט" געווען די גרעסטע ניט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציע (NGO) פֿון טעכנישער דערציִונג אין אורוגווײַ, און אין די 90ער יאָרן, באַקומענדיק די אָנערקענונג פֿון קולטור־מיניסטעריום און פֿון דער רעגירונג, האָט דער "אָרט" אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן ווי דער "אָרט"־אוניווערסיטעט אין אורוגווײַ.

פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 30סטן דעצעמבער 2006 איז אַװעק אין דער אײביקײט דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר קאַראָל מאַרקאָװיטש.

קאַראָל מאַרקאָװיטש ז״ל איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט פּיאַטראַ ניאַנץ אין דער באַרגיקער געגנט פֿון מאָלדאָװע אין רומעניע אין חודש מײַ 1938. זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע זענען געװען אַרבעטסמענטשן, מיטגלידער פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַװעגונג, װאָס איז גערודפֿט געװאָרן דורך דער ראָיאַליסטישער, האַלב־פֿאַשיסטישער מאַכט אין רומעניע.

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ קאָמעדיע װעגן היטלערן איז ניט קײן חידוש. װעלט־באַרימט זײַנען טשאַרלי טשאַפּלינס "דער גרױסער דיקטאַטאָר" (1940) און ערנסט לוביטשעס "זײַן, אָדער ניט־זײַן" (1942), װעלכע זײַנען אַרױס, װען דער נאַצי־רעזשים איז נאָך געװען אין סאַמע ברען. די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אַפֿילו דערקלערט טשאַפּלינען פֿאַר אַ ייִדן, און ער האָט ניט געהאַלטן פֿאַר פּאַסיק דאָס אָפּצולײקענען. פֿון דעם איז אַרױס די גאַנץ פֿאַרשפּרײטע לעגענדע פֿון טשאַפּלינס ייִדישן אָפּשטאַם. דער נײַער אַמעריקאַנער פֿילם "פּראָדוסערס" פֿון מעל ברוקס איז אױך געװען אַ דערפֿאָלג. אָבער דאָס מאָל גײט די רייד װעגן אַ נײַער היטלער־קאָמעדיע, װאָס אַ ייִדישער רעזשיסאָר האָט געמאַכט אין דײַטשלאַנד, און דאָס איז גאָר אַן אַנדערע מעשׂה.

פֿון ה. מאַניעווסקי (‫ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען משה רבנו און אַהרן הכּהן האָבן געדאַרפֿט גיין צו פּרעה מלך מצרים און בײַ אים מאָנען ער זאָל אַרויסלאָזן די ייִדן פֿון מצרים, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משהן: אויב פּרעה וועט פֿון זיי בעטן אַ מופֿת, אַן איבערנאַטירלעכן אַקט ווי אַ באַווײַז, אַז דער אויבערשטער האָט זיי טאַקע געשיקט — זאָל דעמאָלט אַהרן וואַרפֿן פֿאַר פּרעהן דעם שטעקן און ער וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שלאַנג. אַזוי האָט טאַקע אַהרן געטאָן — ער האָט געוואָרפֿן דעם שטעקן און ער איז געוואָרן אַ שלאַנג. אָבער פּרעה האָט דאַן גערופֿן זײַנע "חכמים" און די כּישוף־מאַכער, וועלכע האָבן אויך געוואָרפֿן זייערע שטעקנס און זיי זײַנען געוואָרן שלענג. דער סוף איז אָבער געווען, אַז ווען די שלאַנגען זײַנען צוריק געוואָרן שטעקנס, האָט אַהרנס שטעקן אײַנגעשלונגען די שטעקנס פֿון די כּישוף־מאַכער.

פֿון מישע לעוו (ישׂראל)
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף
חנה מלאָטעק (‫ניו־יאָרק)
פֿון גענאַדי עסטרײַך
פֿון פּעסיע פּאָרטנױ (ישׂראל)
שׂרה־רחל שעכטער (‫ניו־יאָרק)