| |
די ציוניסטישע פֿרױען־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע — "הדסה", װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1912 דורך הענריעטע סאָלד, איז די גרעסטע ייִדישע פֿרױען־אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. פֿרױ סאָלד איז דעמאָלט געװען זײער באַזאָרגט וועגן דעם, װאָס אין ירושלים האָבן געהערשט אָרעמקײט און קרענק. און דאַן האָט זי געגרינדעט אַ פֿרױען־אָרגאַניזאַציע, װאָס ס׳זאָל קריגן און ליפֿערן מעדיצינישע אױסשטאַטונג קײן ירושלים. אין יאָר 1913 זענען קײן ארץ־ישׂראל אָנגעקומען די צװײ ערשטע קראַנקן־שװעסטער און שפּעטער — אַ דאָקטױרים־מאַנשאַפֿט אין פֿולן באַשטאַנד.
אַדאַנק דער פֿרױען־אָרגאַניזאַציע, זענען אַנטשטאַנען אַמבולאַטאָריעס פֿאַר זױגקינדער און קליניקעס, װי אױך שפּיטאָלן איבערן גאַנצן לאַנד. עס זענען געגרינדעט געװאָרן די שולן פֿאַר קראַנקן־שװעסטער, פֿאַר מעדיצין, פֿאַר פֿאַרמאַקאַלאָגיע, פֿאַר צײן־דאָקטערײַ, קוראַציע פֿאַרן געזונט־צושטאַנד פֿון ציבור און הײלונג דורך אַ באַשעפֿטיקונג. די "הדסה"־װאָלונטירן האָבן געזאַמלט בײַשטײַערונגען לטובֿת דער ברײטער געזונטהײטס־נעץ און גלײַכצײַטיק װערבירט, אַלץ מער און מער, פֿרײַוויליקע מיטגלידערינס אין דער ציוניסטישער פֿרױען־אָרגאַניזאַציע "הדסה" פֿון אַלע שטאַטן אין אַמעריקע.
הײַנט־צו־טאָג באַשטײט דער "מעדיצינישער צענטער "הדסה’" פֿון צװײ אוניװערסיטעט־שפּיטעלער — אין עין־כּרם און אױפֿן הר־הצופֿים אין ירושלים; פֿינף בשותּפֿותדיקע מיט "הדסה" און העברעיִשן אוניװערסיטעט שולן פֿאַר מעדיצין־פּראָפֿעסיעס, אַמבולאַטאָריעס אינעם געזונט־הױז "שטראַוס", בײַם ביקור־חולים, בײַם טעכנאָלאָגישן גאָרטן אין װױנונגס־קװאַרטאַל "מלחה" פֿון ירושלים און אין תּל־אָבֿיבֿ. די מעדיצינישע צענטערס זענען אַנטשטאַנען אַ דאַנק דער עיקרדיקער טעטיקײט פֿון דער ציוניסטישער פֿרױען־אָרגאַניזאַציע "הדסה" אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן.
דער "הדסה"־שפּיטאָל אין עין־כּרם איז דערעפֿנט געװאָרן אין יאָר 1961. ביז דעם האָט "הדסה" אין משך פֿון 13 יאָר צוגעטײלט מעדיצינישע הילף אין פֿאַרשײדענע ערטער אין ירושלים, װײַל עס איז נישט געװען מעגלעך, עס זאָל פֿונקציאָנירן דער שפּיטאָל אױפֿן הר־הצופֿים. דער מעדיצינישער אוניװערסיטעט־צענטער "הדסה" באַשעפֿטיקט 850 דאָקטױרים, 1,950 קראַנקן־שװעסטער, 1,020 מענטשן פֿון אַרבעטס־פּערסאָנאַל, װעלכע באַזיצן פּראָפֿעסיעס, װאָס קומען צו הילף דער מעדיצין; צװײ קאַמפּוסן, העכער 1,000 בעטן, 31 אָפּעראַציע־זאַלן, 9 אײנהײטן פֿאַר אינטענסיװער באַהאַנדלונג און העכער 120 אױסערן־אַמבולאַטאָריעס.
דער "הדסה"־שפּיטאָל אױפֿן הר־הצופֿים איז דערעפֿנט געװאָרן אין חודש מײַ, 1939. מיט פֿינף יאָר פֿריִער, אין 1934 — איז געלײגט געװאָרן דער גרונטשטײן פֿונעם שפּיטאָל. די אַרכיטעקטור־פּלאַנירונג פֿון בנין האָט דורכגעפֿירט דער אַרכיטעקט עריק מענדעלסאָן. אין מערץ 1947 האָט דער מנהיג פֿון די פּאַלעסטינער כּוחות אין ירושלים, אַבדול קאַדר כוסײני, געדראָט אױפֿצורײַסן דעם שפּיטאָל, אָבער נישט געקוקט אויף דעם װאָס ער האָט נישט דורכגעפֿירט זײַן אַקציע, האָבן דאָך, די אַראַבער אָנגעהױבן אָנצוגרײַפֿן די דורכפֿאָרנדיקע צום שפּיטאָל קאַראַװאַנען.
אין לױף פֿון דער באַפֿרײַונגס־מלחמה, דעם 13טן אַפּריל 1948 איז אַ קאַראַװאַן פֿון דאָקטױרים, קראַנקן־שװעסטער און אַנדער פּערסאָנאַל באפֿאַלן געוואָרן אויפֿן וועג צום "הדסה"־שפּיטאָל. די אַראַבישע טעראָריסטן האָבן אין אײניקע שעה דערמאָרדעט די אַלע 77 מיטגלידער פֿונעם קאַראַװאַן. נאָך דעם דאָזיקן אַטאַק איז דער שפּיטאָל עװאַקויִרט און געשלאָסן געװאָרן.
דער שפּיטאָל איז װידער דערעפֿנט געװאָרן אין יאָר 1975, נאָך דעם װי די "הדסה"־מיטגלידערינס האָבן אים רעמאָנטירט און אױסגעברײטערט. הײַנט־צו־טאָג שטעלט צו דער הר־הצופֿים־שפּיטאָל מעדיצינישע באַהאַנדלונג די ייִדישע און אַראַבישע קװאַרטאַלן פֿון צפֿון־ און מיזרח־ירושלים. דער דאָזיקער שפּיטאָל האָט אין זײַן רשות 300 בעטן און מער װי 30 אָפּטײלונגען און קליניקעס.
עס איז כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז די איניציאַטיװ צו באַנײַען און אַנטוויקלען די שפּיטעלער איז שטענדיק אַרויס און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך "הדסה". דער פֿאָרשריט פֿון מעדיצינישן צענטער האָט אָן ספֿק שױן פֿון זײַן בראשית אָן באַשטימט דעם ניװאָ און די אַנטװיקלונג פֿון דער מעדיצין אין ישׂראל.
"הדסה" טײלט צו איר הײלונגס־הילף פֿאַר די װעלכע װענדן זיך צו איר, אָן אַן אונטערשײד פֿון שטאַם, רעליגיע, מין, אָדער פּאָליטישער אָנשױונג. מער װי אַ מיליאָן מענטשן װערן באַהאַנדלט דאָרט יעדעס יאָר. מען קאָן זאָגן, אַז דער מעדיצינישער צענטער װערט באַטראַכט װי אַ בריק פֿאַרן שלום, װײַל ער פֿירט דורך צוגרײטונג־ און דערגאַנצונגס־פּראָגראַמען פֿאַר מעדיצין־קאַדערס פֿון פּאַלעסטינער און סטודענטן פֿון 90 מדינות. אין יאָר 2005 איז "הדסה" געװען צווישן די קאַנדידאַטן צו באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום.
אָנהײב חודש נאָװעמבער האָט פּראָפֿ׳ יוסף שענקאַר זיך געדאַרפֿט באַטײליקן אינעם קאָנגרעס פֿון דער װעלט־אָרגאַניזאַציע פֿון גינעקאָלאָגן (FIGO — Federation of Gynecology and Obstetrics), װוּ ער אַמטירט ווי דער מיטגליד פֿון ראַט און פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר עטיק. דער קאָנגרעס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אין מאַלאַזיע, אײנע פֿון די גרעסטע מוסולמענישע מדינות אין דער װעלט, װאָס דערלױבט נישט אַרײַנצופֿאָרן די ישׂראלדיקע בירגער אױף איר טעריטאָריע. אָבער אַ דאַנק דעם הױכן ראַנג און סטאַטוס פֿון פּראָפֿ’ שענקאַר אין דער דערמאָנטער אָרגאַניזאַציע, װי אױך ווי אַ געװעזענער דירעקטאָר פֿון אַלע דעפּאַרטאַמענטן פֿאַר גינעקאָלאָגיע און אַקושעריע אין די שפּיטעלער פֿון "הדסה", און אַ דאַנק דעם אױסגעאיבטן דרוק, האָט ער מצליח געװען אַרױספֿאָרן קײן מאַלאַזיע און זיך באַטײליקן אין דער קאָנפֿערענץ.
פּראָפֿ׳ שענקאַר איז אױך אײַנגעלאַדן געװאָרן צום קאָנגרעס װי דער איניציאַטאָר פֿון דער װעלט־באַװעגונג פֿון דאָקטױרים־גינעקאָלאָגן, װעלכע קעמפֿן קעגן דער שטערבלעכקײט פֿון פֿרױען װי אַ פּועל־יוצא פֿון בלוט־אױסגאָס נאָך אַ געבורט אָדער אַבאָרט.
די גרופּע דאָקטױרים־גינעקאָלאָגן פֿאַרמעסטן זיך מיט אַ האַלבן מיליאָן פֿרױען אין דער גאָרער װעלט, װעלכע שטאַרבן יעדעס יאָר, צוליב בלוט־אױסגאָס נאָך געבורטן אָדער אַבאָרטן. נישט געקוקט װאָס ס’רובֿ פֿרױען, װעלכע שטאַרבן צוליב דעם געהערן צו מדינות פֿון דער דריטער װעלט, קען מען זאָגן, אַז דאָס איז אַ װעלט־דערשײַנונג. כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די שטערבלעכקײט פֿון פֿרױען אין ישׂראל איז די נידעריקסטע אין דער װעלט — בלױז דרײַ פֿון הונדערט טױזנט פֿרױען־געװינערינס שטאַרבן צוליבן בלוט־אױסגאָס.
און נאָך אַ קאָנגרעס: אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פֿאַר נײַער באַנעמונג אין דער קאַרדיאָלאָגיע, איז לעצטן חודש דעצעמבער דערעפֿנט געװאָרן אין "הדסה"־שפּיטאָל אין ירושלים און פּאַראַלעל אין רמב״ם־שפּיטאָל פֿון חיפֿה. דער קאָנגרעס איז טראַנסמיטירט געװאָרן דירעקט פֿונעם "הילטאָן"־האָטעל אין תּל־אָבֿיבֿ, װוּ עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מומחים פֿון דער גאַנצער װעלט. זײ האָבן אַנאַליזירט קאָמפּליצירטע קאַרדיאָלאָגישע פֿאַלן און באַנײַטע טעכנאָלאָגיעס.
פֿון יאַפּאַן איז צום קאָנגרעס געקומען פּראָפֿ׳ שיגאַרו סאַײַטאָ, אַ מומחה פֿאַר פֿאָרגעשריטענע טעכנאָלאָגיעס, װעלכער האָט זיך באַטײליקט אין דורכפֿירן אַ צינטור מיט אַ נײַער "הדסה"־טעכנאָלאָגיע.
דער מעדיצינישער צענטער "הדסה" איז בלי־ספֿק אַ מאָדערנער און פּערפֿעקטער צענטער, װאָס אַנטהאַלט אַלע מעדיצינישע סאָפֿיסטיקירטע פּראָגראַמען. "הדסה" איז מחױבֿ צו זײַן אױסגעצײכנט בײַם צוטײלן מעדיצינישע באַהאַנדלונג, בײַם דורכפֿירן רפֿואה־פֿאָרשונגען, און בײַם אונטערריכטן מעדיצינישן חינוך.



קהילה־לעבן 






