| |
דעם 30סטן דעצעמבער 2006 איז אַװעק אין דער אײביקײט דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר קאַראָל מאַרקאָװיטש.
קאַראָל מאַרקאָװיטש ז״ל איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט פּיאַטראַ ניאַנץ אין דער באַרגיקער געגנט פֿון מאָלדאָװע אין רומעניע אין חודש מײַ 1938. זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע זענען געװען אַרבעטסמענטשן, מיטגלידער פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַװעגונג, װאָס איז גערודפֿט געװאָרן דורך דער ראָיאַליסטישער, האַלב־פֿאַשיסטישער מאַכט אין רומעניע.
קאַראָל מאַרקאָװיטש איז געװאָרן אַ ייִדישער אַקטיאָר שױן נאָך דער צווייטער װעלט־מלחמה, בעת אין רומעניע זענען געשאַפֿן געװאָרן (שױן אין תּקופֿה פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט) צװײ ייִדישע מלוכה־טעאַטערס — אײנער אין בוקאַרעשט און דער צװײטער אין יאַס. ער האָט פֿאַרענדיקט די טעאַטער־סטודיע בײַם ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט און איז גלײַך אָנגענומען געװאָרן װי אַ מיטגליד פֿון דער טרופּע. די סטודיע איז געװען אַ מין טעאַטער־אַקאַדעמיע.
דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט איז צו גלײַך מיטן ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין װאַרשע (פּױלן) געװען אַ טעאַטער פֿון אַ הױכער קינסטלערישער מדרגה. אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט האָט מען אױפֿגעפֿירט די בעסטע פּיעסעס פֿון קלאַסישן רעפּערטואַר און, פֿאַרשטײט זיך, ייִדישע פּיעסעס פֿון אַ קינסטלערישן כאַראַקטער.
22 יאָר האָט ער געשפּילט אין דעם טעאַטער. ער האָט זיך באַטײליקט אין העכער 120 פֿאָרשטעלונגען. ער האָט געשפּילט סײַ הױפּטראָלעס, סײַ "קלײנע" ראָלעס. און דאָ מוז איך נאָך אַ מאָל באַטאָנען, אַז איך װײס נישט װאָס דאָס מײנט "גרױסע" און "קלײנע" ראָלעס. אַ גוטער אַקטיאָר שפּילט אַלץ, װאָס איז פֿאַר אים פּאַסיק. איך האָב געזען גרױסע שױשפּילער, װעלכע האָבן געשפּילט "קלײנע" ראָלעס און געמאַכט מיט זײ אַ גרױסע טעאַטראַלע קאַריערע.
קאַראָל מאַרקאָװיטש האָט אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין רומעניע געשפּילט די הױפּטראָלעס אין "אוריאל אַקאָסטאַ" פֿון קאַרל גוצקאָװ, און "גולם" פֿון ה. לײװיק, אין "סטעמפּעניו" פֿון שלום־עליכם. אין יאָר 1977 האָט ער עולה קײן ישׂראל און װערט גלײַך אַנגאַזשירט אין העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער "הבימה". אין דעם רעפּרעזענטאַטיװן טעאַטער שפּילט ער בולטע ראָלעס אין "פֿיגאַראָס חתונה", אין דער "אָפּערע פֿאַר אַ גראָשן" פֿון בערטאָלד ברעכט, "משיח" און "איבערן פּלױט". פֿון "הבימה" גײט ער אַריבער אין טעאַטער "קמרי" (קאַמערי). ער שפּילט דאָרט: "מען שליסט אָפּ די נאַכט", "דער רעװיזאָר", "ריטשאַרד דער דריטער", "דער גיבור אין קײטן". כאָטש ער האָט שנעל באַהערשט עבֿרית און האָט זיך זײער גוט אײַנגעגלידערט אין דער העברעיִשער מיליע, האָט אים אָבער געצױגן צו ייִדיש, צו ייִדיש טעאַטער...
אין יאָר 1997 שליסט ער זיך אָן צום "ייִדישפּיל־טעאַטער" און במשך פֿון 10 יאָר באַטײליקט ער זיך אין כּמעט אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם טעאַטער. ער איז נישט בלױז אַ גלענצנדיקער דראַמאַטישער שױשפּילער, ער איז אױך אַ סאָליסט, אַ גוטער זינגער און רעציטאַטאָר. ער טרעט אױף אין פֿאָרשטעלונגען פֿון אײן פּערזאָן.
איך האָב אים געזען אין אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער". צום שטאַרקסטן האָט ער מיר זיך אײַנגעקריצט אין זכּרון אין דער ראָלע פֿון צדיק אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון י.י. זינגער, "יאָשע קאַלב". אַ מאָנומענטאַלע געשטאַלט פֿון אַ רבין — עכט, אױטענטיש, קאָלאָסאַל! אַגבֿ, "יאָשע קאַלב" איז לױט מײַן מײנונג אײנע פֿון די געלונגענסטע פֿאָרשטעלונגען פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער".
נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טױט האָב איך געשמועסט מיט אײניקע אַקטיאָרן, װעלכע האָבן מיט אים מיטגעאַרבעט. זאָגן װעגן אים די אַקטיאָרן ישׂראל טרײסטמאַן און אורי קאָװאַלסקי, אַז ער איז אױסער אַ גוטער אַקטיאָר אױך געװען אַ גוטער חבֿר און אַ האַרציקער מענטש. קאַראָל מאַרקאָװיטש האָט ליב געהאַט מענטשן.
ער איז געװען אַן אינטערעסאַנטער מאַן, שײן געבױט, אַ הױכער, ברײט־פּלײציקער מיט אַ קאָלאָסאַלער שטימע (באַס־באַריטאָן), מיט אַ קלאָרער גוט־אױסגעשולטער דיקציע. אין דער תּקופֿה פֿון מיקראָפֿאָנען מיט הילכערס האָט ער זיך אין די אַלע טעכנישע מיטלען נישט גענײטיקט... װי האָבן אַ מאָל געשפּילט אַקטיאָרן אָן די אַלע טעכנישע קונצן?.. װי האָט מען געשפּילט אין גריכישן טעאַטער, אין די אַמפֿיטעאַטערס?
ייִדיש טעאַטער האָט פֿאַרלױרן אַ גלענצנדיקן שױשפּילער.
אַמטרעפֿלעכסטן האָט זיך װעגן אים אױסגעדריקט דער באַקאַנטער אַקטיאָר יעקבֿ אַלפּערן: "ער איז געװען אַן אַקטיאָר, װאָס האָט ליב געהאַט דאָס פֿאָלק, די אַקטיאָרישע פּראָפֿעסיע"...
דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן זאָגט, אַז ער איז געװען אַן אימפּאָזאַנטער שױשפּילער!
דעם 30סטן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען די לװיה. אין אַ שװער, װינטערדיק װעטער, אין אַ גאָס רעגן איז זיך צונױפֿגעקומען אַ גרױסער עולם באַגלײטן קאַראָל מאַרקאָװיטש צו זײַן אײביקער רו.
בײַם אָפֿענעם קבֿר האָט אים מספּיד געװען דער דירעקטאָר און קינסטלערישער לײטער פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" שמואל עצמון (אַצמאָן). ער האָט צװישן אַנדערן געזאָגט װעגן אַ חבֿר און קאָלעגע:
"מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיר זיך געװיצלט טעלעפֿאָניש װעגן דאָקטױרים און קראַנקײטן און שױן ביסטו נישטאָ. שװער צו גלײבן. דײַן גאַנץ לעבן האָסטו געװידמעט דער בינע.
"די בינע איז געװען פֿאַר דיר אַלץ. די װערטער, װאָס דו האָסט אַזױ שײן אױסגעזונגען מיט דײַן װאַרעמען באַריטאָן האָבן באַצױבערט די צושױער. װען דו האָסט דערלאַנגט פּראָזע אין ייִדיש פֿון דער בינע האָט מען זיך איבערצײַגט, פֿאַר װאָס 'ייִדיש קלינגט אַזױ שײן!’ ביסט געקומען קײן ישׂראל אין יאָר 1977, אַ סטאַר פֿון ייִדישן טעאַטער אין רומעניע האָסטו דײַנע ערשטע שריט געמאַכט אין העברעיִשן טעאַטער אין אַ שפּראַך װאָס איז דיר געװען כּמעט פֿרעמד און דו האָסט באַהערשט די שפּראַך אָן שום שװעריקײטן. האָסט געשפּילט אין עבֿרית און דו האָסט געבענקט נאָך ייִדיש...
"און דעמאָלט מיט 10 יאָר צוריק ביסטו געקומען צו אונדז אין טעאַטער. דו האָסט זיך בײַ מיר געבעטן: 'נעם מיך אַרײַן אין ייִדישן טעאַטער!’ האָסט נישט באַדאַרפֿט בעטן. מיט פֿרײד האָבן מיר דיך אָנגענומען אין טעאַטער, און מיר האָבן נישט געהאַט קײן חרטה און דו האָסט דאָס נישט באַדױערט. ביסט געװאָרן אַ װיכטיקער טײל פֿון אונדזער טעאַטער־קאָלעקטיװ. דו האָסט בײַגעשטײַערט צו דעם דערפֿאָלג פֿון אונדזער טעאַטער.
"נישט געקוקט אױף דײַן שלעכטן געזונט־צושטאַנד האָסטו נישט דורכגעלאָזט קײן אײן פֿאָרשטעלונג, קײן פּרעמיערע.
"לעצטנס האָסטו זיך אײַנגעעקשנט צו שפּילן אַ קלײנע ראָלע. האָסט נישט געװאָלט אַראָפּגײן פֿון די בינע־ברעטער.
"דאָס איז דער װעג פֿון אַן אמתן אַקטיאָר!
"מיר װעלן דיך קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן!"
שמואל עצמון האָט פֿאַרענדיקט זײַנע הספּד־װערטער מיט לײענען אַ ליד פֿון א. לוצקי, װאָס איז זײער צוגעפּאַסט בײַם באַגלײטן אַן אַקטיאָר צו זײַן אײביקער רו.
איך ציטיר אײניקע פֿראַגמענטן פֿון דעם ליד:
"גאָט! דו ביסט מײַן עדות;
איך װיל ניט שטאַרבן.
איך האָב פֿײַנט טױט
װי דעם טױט,
און לעבן האָב איך ליב
װי דאָס לעבן.
'יענע װעלט’ — פֿאַר מיר
אַ צו רויִק אָרט.
מײַן גײַסט איז ניט
פֿאַר דאָרט...
איך בין אַ דאָיער,
און דאָ װיל איך דאָיען.
אַ פֿאַרקאָכטער אין לעבן
מיט לײַב און לעבן
װיל איך דאָ לעבן.
און סע פֿאַלט מיר גאָרנישט אײַן
צו װעלן 'יענע װעלט’.
װי קאָן איך װעלן שטאַרבן
אַז איך װיל גאָר לעבן!
גאָט, איך װיל נישט קײן לװיה
מיטן לעבן בין איך זיך מחיה!"
מיר האָבן פֿאַרלױרן אַ פֿרײַנד און קאָלעגע און דאָס ייִדישע טעאַטער — אַ פּרעכטיקן אַקטיאָר.



קהילה־לעבן 






בײַ דער פּרעמיערע פֿון "ייִדישע געשעפֿטן", סוף אָקטאָבער, 2006, (פֿון רעכטס): קאַרל מאַרקאָוויטש, גבי לסט און שׂשׂי קשת 