צי מעג מען לאַכן פֿון היטלערן?
פֿון מיכאל קרוטיקאָװ (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿונעם פֿילם "מײַן פֿירער" Getty Images
סצענע פֿונעם פֿילם "מײַן פֿירער"

אַ קאָמעדיע װעגן היטלערן איז ניט קײן חידוש. װעלט־באַרימט זײַנען טשאַרלי טשאַפּלינס "דער גרױסער דיקטאַטאָר" (1940) און ערנסט לוביטשעס "זײַן, אָדער ניט־זײַן" (1942), װעלכע זײַנען אַרױס, װען דער נאַצי־רעזשים איז נאָך געװען אין סאַמע ברען. די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אַפֿילו דערקלערט טשאַפּלינען פֿאַר אַ ייִדן, און ער האָט ניט געהאַלטן פֿאַר פּאַסיק דאָס אָפּצולײקענען. פֿון דעם איז אַרױס די גאַנץ פֿאַרשפּרײטע לעגענדע פֿון טשאַפּלינס ייִדישן אָפּשטאַם. דער נײַער אַמעריקאַנער פֿילם "פּראָדוסערס" פֿון מעל ברוקס איז אױך געװען אַ דערפֿאָלג. אָבער דאָס מאָל גײט די רייד װעגן אַ נײַער היטלער־קאָמעדיע, װאָס אַ ייִדישער רעזשיסאָר האָט געמאַכט אין דײַטשלאַנד, און דאָס איז גאָר אַן אַנדערע מעשׂה.

דער פֿילם פֿון דעם רעזשיסאָר דני לוי "מײַן פֿירער" איז נאָך נישט אַרױס אױף די עקראַנען פֿון די דײַטשישע קינאָ־טעאַטערס, אָבער ער האָט שױן באַקומען אַ שלל אָפּרופֿן. אײניקע קריטיקער לױבן דעם פֿילם, די אַנדערע דריקן אױס זײערע ספֿיקות. נאַטירלעך, שפּילט די עסטעטישע אָפּשאַצונג ניט די עיקרדיקע ראָלע אין אָט די װיכּוחים. מער װיכטיק איז אַן אַנדערע פֿראַגע: צי מעג מען בכלל מאַכן חוזק פֿון היטלערן, װײַל אין דעם שטײט די סכּנה פֿון "טריװיאַליזירן דאָס בייזע". אין דער דיסקוסיע אַרום דעם פֿילם באַטײליקן זיך ניט בלויז זשורנאַליסטן און קונסט־מומחים, נאָר אױך רבנים. דער בערלינער רבֿ װאַלטער ראָטשילד האַלט, אַז דער פֿילם איז אַ געלונגענער. ער דעפֿינירט זײַן זשאַנער װי "טראַגי־קאָמעדיע": מיר װײסן, אַז אַלע פּערסאָנאַזשן װעלן זײַן טױט אין זעקס חדשים אַרום. לױט ראָטשילדס מײנונג, אַנטפּלעקט דער פֿילם די אַבסורדישע נאַטור פֿונעם רעזשים, װאָס שטײט אויף דער שװעל פֿון גיהנום, אָבער מאַכט אַן אָנשטעל, אַז אַלץ גײט כּשורה. הרבֿ ראָטשילד איז אױפֿגעװאַקסן אין ענגלאַנד — און דער נײַער פֿילם שטימט מיט זײַן ענגליש־ייִדישן הומאָר־געפֿיל.

די עכט־דײַטשישע קריטיקער זײַנען ניט אַזױ קאַטעגאָריש פּאָזיטיװ. זײ שטעלן אין ספֿק די עצם אידעע פֿון מאַכן אַ קאַריקאַטור פֿון היטלערן, בפֿרט אין די אױגן פֿונעם דײַטשישן עולם. היטלער װערט פֿאָרגעשטעלט װי אַ שלימזל און אימפּאָטענט, אַ קרבן פֿון דעם בײזן טאַטן, װעלכער פֿאַרשטײט, װאָס עס קומט פֿאָר אַרום אים. דער אמתדיקער דרײער איז געבעלס, װעלכער נײטיקט זיך אין דער פֿיגור פֿונעם "פֿירער", װי אַ סימבאָל פֿאַרן המון. אפֿשר דאַרף מען װײַזן היטלערן גאָר אַנדערש, װי מען האָט עס געמאַכט, למשל, אינעם פֿילם "דער אונטערגאַנג", װעלכער שילדערט דעם סוף פֿון דער נאַצי־אימפּעריע ערנסט און װאָגיק? אָבער דעמאָלט פֿאַלט מען אַרײַן אין אַן אַנדער עקסטרעמקייט, פֿון אָפּגעבן היטלערן צו פֿיל כּבֿוד...

די װיכּוחים אַרום דעם פֿילם "מײַן פֿירער" אַנטפּלעקן, װי טיף עס ליגט אין דעם דײַטשישן קאָלעקטיװן זכּרון די פּראָבלעם פֿון היטלער. מען װײסט ניט, צי מען טאָר װעגן אים בכלל רעדן, און אױב יאָ — איז װי אַזױ? צי דאַרף מען אים נעמען ערנסט, אָדער אַפֿילו פּרוּװן אים צו פֿאַרשטײן װי אַ מענטש, אָדער פֿאַרקערט, מען דאַרף באַטאָנען זײַן װילדקײט און אַבסורדישקײט? די קריטיקערין קריסטינאַ נאָרד פֿון דער לינק־ליבעראַלער "טאַגעסצײַטונג" דערמאָנט, אַז בעת דער נאַצי־שליטה פֿלעגט מען פֿאַר אַ װיץ װעגן היטלערן אַרײַנזעצן אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. און זי שטעלט אַ רעטאָרישע פֿראַגע׃ צי דאַרף מען נאָך הײַנט מורא האָבן פֿאַר אַזאַ מין װיצן?

װײַזט אױס, אַז צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע איז ניט אַזױ פּשוט. מען דערמאָנט זיך אין טשאַרלי טשאַפּלינס דערקלערונג אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, אַז ער װאָלט ניט געמאַכט זײַן סאַטירישן פֿילם "דער גרױסער דיקטאַטאָר", װען ער װאָלט דעמאָלט געוווּסט װעגן די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. עס גײט דערבײַ ניט בלויז אין דעם כּלל־פּרינציפּ, צי מען מעג בכלל לאַכן פֿון היטלערן, — נאָר אין דעם ענין, צי איז "מײַן פֿירער" אַ פּאַסיקער אופֿן ווי אַזוי אָפּצולאַכן פֿון היטלערן? ניט געקוקט אױף דעם איראָנישן אונטערקעפּל, "די ממש סאַמע אמתדיקע װאָרהײט װעגן אַדאָלף היטלערן", האָט דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם װײניק צו טאָן מיט דער װירקלעכקײט. די האַנדלונג קומט פֿאָר סוף 1944, װען דײַטשלאַנד ליגט שױן טיף אין דער ערד, און היטלער װערט אַנטױשט און דענערװירט. כּדי אים צו דערמוטיקן און צו װײַזן דעם דײַטשישן פֿאָלק דעם שטאַרקן פֿירער, באַשליסט געבעלס צו ברענגען אַ ייִדישן אַקטיאָר פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, ער זאָל אױסלערנען היטלערן, װי אַזױ צו רעדן פֿלאַמיק פֿאַר די מאַסן. אין דער אמתן, האָט היטלער יאָ גענומען לעקציעס פֿון אַקטיאָרישער קונסט בײַ אײנעם אַן אָפּערע־זינגער (ניט קײן ייִדישן), אָבער דאָס איז געװען אין 1932, ניט אין 1944. אין דעם פֿילם נוצט דער ייִד אױס זײַן מזל, כּדי צו ראַטעװען אַזױ פֿיל מענטשן װיפֿל עס איז מעגלעך. צום סוף, האַלט ער אַפֿילו אַן אַנטי־נאַצישע רעדע אין היטלערס נאָמען. אַזאַ מין מאָטיװ איז ניט קײן נײַער, און דני לוי מאַכט עס קלאָר, אַז ער האָט עס "גענאַשט" פֿון די װערק פֿון זײַנע פֿאָרגײער.

אין זײַנע אינטערװיוען דערקלערט דני לוי, אַז זײַן כּװנה איז געװען צו מאַכן אַ פֿילם, װאָס זאָל זײַן אַ קעגנזאַץ צו דעם פֿילם "דער אונטערגאַנג", װאָס ער האַלט פֿאַר אַ דײַטשישן מאָנומענט פֿאַר דער נאַצי־תּקופֿה. "איך פֿיל זיך באַליידיקט װי אַ ייִדישער קינסטלער אין דײַטשלאַנד", דערקלערט ער אין אַן אינטערוויו. אײגנטלעך, קומט לוי פֿון באַזעל, שװײץ, כאָטש זײַן מוטער איז אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד בעת דער נאַצי־תּקופֿה. האָט ער באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ "ניט פּאָליטיש־קאָרעקט" קונסטװערק, אַן אַנטי־אױטאָריטאַרישן װיץ קעגן די "ערנסטע" און "טיפֿע" היסטאָרישע פּאָרטרעטן פֿון היטלערן. לוי האַלט, אַז ער איז ממשיך די קריטישע און סאַטירישע טראַדיציע פֿון דײַטשיש־ייִדישער קולטור. ניט אַלע קריטיקער זײַנען מסכּים מיט אים. די סקעפּטיקער זאָגן, אַז די אַלטע מײַסטערװערק פֿון טשאַפּלין און לוביטש בלײַבן, פֿונדעסטװעגן, נאָך אַלץ דאָס בעסטע פֿון די אַנטי־היטלערישע סאַטירעס; אָבער דאָס איז בלױז דער אָנהײב פֿון דער עפֿנטלעכער דיסקוסיע, װעלכע װעט זיך ערשט צעפֿלאַקערן, װען דער פֿילם װעט אַרױסגײן אױף די עקראַנען.