איז מצרים אַ סך מער דעמאָקראַטיש ווי קובאַ? צי סאַודי אַראַביע? ווער רעדט שוין וועגן טורקמעניסטאַן; אָדער וועגן כינע, וווּ די קאָמוניסטישע פּאַרטיי לאָזט ניט אַרויס די לייצעס פֿון אירע הענט. און אין פֿאַרגלײַך מיט צפֿון-קאָרעע קען פֿידעל קאַסטראָס רעזשים דינען ווי אַ שײַנענדיקער מוסטער פֿון אַ יושרדיקער מאָדערנער געזעלשאַפֿט.

פֿון יצחק לודען (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בלויז געציילטע שעהן האָט עס גענומען בײַם פּרעמיער און בײַ דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל צו באַשליסן אַרויסצוגיין אין דער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" און אָנצוגרײַפֿן לבֿנון. עס האָט אָבער גענומען 34 טעג פֿון בלוטיקע שלאַכטן, מיט 166 ישׂראלדיקע הרוגים און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקטע, ווי אויך אַ סך אַ גרעסערע צאָל הרוגים בײַם פֿײַנט,

פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט זיך געעפֿנט אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג פֿון אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן. די אויסשטעלונג — "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" — האָט מען צוגעגרייט לכתּחילה פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע" אין וואַרשע; און די געשיכטע, ווי אַזוי מע האָט געזאַמלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז אויך אַן אינטערעסאַנטע.

פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרײד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר.

פֿון באָריס סאַנדלער

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

9

שׂרוניע איז דעם גאַנצן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטע. עס איז איר נאָכגעגאַנגען די נישט־דערשלאָפֿענע נאַכט, און זי האָט יעדעס מאָל געוואָרפֿן אָנגעשפּיצטע בליקן אויף דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". זי האָט אַפֿילו צו איר צוגעלייגט אַן אויער און אײַנהאַלטנדיק דעם אָטעם, געשטאַנען אַזוי אַ ווײַלע און שוין שטיל, אויף די שפּיץ־פֿינגער, ווי זי וואָלט מורא געהאַט עמעצן אויפֿצוּוועקן אָדער אָנשרעקן, זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן זיך צוצוגרייטן עפּעס עסן.

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר, מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ליטעראַרישע ירושה פֿון דער העברעיִש־ייִדישער שרײַבערין דבֿורה באַראָן (1887—1956) האָט זיך בהדרגה אַרײַנגערוקט אינעם צענטער פֿון דעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. באַראָנס ווערק ווערן אויסגעטײַטשט אונטער פֿאַרשידענע קוקווינקלען, אָבער אַלע מפֿרשים זײַנען אײַנשטימיק אין אײן פּונקט׃ ווי אַ ליטעראַרישע און קולטורעלע דערשײַנונג, איז באַראָן אַ יוצא מן הכּלל אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.

פֿון ג. יעקבי (ניו־יאָרק)
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (ישׂראל)
פֿון מאַניע לאַנדמאַן (אָוק־פּאַרק, מישיגען)
פֿון גענאַדי עסטרײַך
שׂרה־רחל שעכטער