ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אײראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בײגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אײראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צווײ קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. אײַאַן הירסי אַלי, די עמיגראַנטקע פֿון סאָמאַלי, וועלכע האָט געמאַכט אַ פּאָליטישע קאַריערע אין האָלאַנד אָבער איצט איז זי אַריבער קײן אַמעריקע, האַלט איסלאַם פֿאַר אַ זאַמלונג פֿון אַלטע מעשׂיות, וועלכע קאָנען ניט אויסהאַלטן קײן ראַציאָנאַלע קריטיק, — פֿון איין זײַט; און פֿון דער צווייטער זײַט, דער שווײצער איסלאַמישער אַקטיוויסט טאַטיק ראַמאַדאַן, וועלכער שטאַמט פֿון די גרינדער פֿון איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער באַוועגונג, טענהט להיפּוך, אַז די גאַנצע איסלאַמישע לערע איז מן־השמים, און אַ פֿרומער מוסולמענער אין אײראָפּע איז מחויבֿ אויסצובעסערן דעם דעקאַדענטישן לעבנסשטײגער פֿון די אײראָפּעיִשע פֿרײַדענקער.
לעצטנס, האָבן זיך אַרײַנגעמישט אין דער דיסקוסיע צווײ פּראָמינענטע ענגלישע אינטעלעקטואַלן: דער מומחה אין דער יאַפּאַנישער און כינעזישער געשיכטע איען בורומאַ און דער פֿאָרשער פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער פּאָליטיק טימאָטי גאַרטאָן אַש. בורומאַ, וועלכער שטאַמט, פֿון אײן זײַט, פֿון אַ האָלענדישער ייִדישער משפּחה, האָט געווידמעט זײַן לעצט בוך "מאָרד אין אַמסטערדאַם" דער טראַגעדיע, וואָס האָט אויפֿגעטרײסלט די האָלענדישע געזעלשאַפֿט — דער מאָרד פֿונעם קינאָ־רעזשיסאָר טעאָ וואַן גאָך, דורך אַן איסלאַמישן פֿאַנאַטיקער, פֿאַר זײַן קריטישן פֿילם וועגן די איסלאַמישע מינהגים, וואָס וואַן גאָך האָט געמאַכט אין אײנעם מיט הירסי אַלי. בורומאַס פּאָזיציע איז נאָענט צו דעם קוקווינקל פֿון הירסי אַלי. ער באַציט זיך גאַנץ קריטיש צום באַגריף — "איסלאַם מן־השמים", אָבער ער וואָרנט, אַז די מלוכישע מאַכט טאָר זיך ניט אַרײַנמישן אין די רעליגיעזע ענינים. די מלוכה דאַרף נאָר פֿאַרזיכערן, אַז די רעליגיעזע מנהגים און גלויבענישן זאָלן ניט שאַפֿן קײן סכּנה פֿאַרן לעבן, געזונט און וווילזײַן פֿון אַנדערע בירגער, און דערבײַ לאָזן די עצם רעליגיע בײַ דער זײַט.
די איצטיקע וויכּוחים אַרום דעם מצבֿ פֿון איסלאַם אין אײראָפּע דערמאָנען אין דעם גורלדיקן מאָמענט פֿון דער אײראָפּעיִשער געשיכטע, ווען דער פֿראַנקישער קעניג שאַרל מאַרטעל האָט מנצח געווען די איסלאַמישע אַרמײ לעבן פּואַטיע אין 732. צי האָט פֿראַנקרײַך פֿאַרלוירן אַ נײַע, שטילע "שלאַכט בײַ פּואַטיע" הײַנט, ווען בערך צען פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען מוסולמענער, און די דאָזקע פּראָפּאָרץ האַלט אין אײן וואַקסן? די דאָזיקע פֿראַגע שטעלט טימאָטי גאַרטאָן אַש אין זײַן רעצענזיע אויף די ביכער פֿון הירסי אַליס און בורומאַ.
סײַ בורומאַ און סײַ גאַרטאָן אַש צווייפֿלען, צי די ווערטן פֿון "מולטיקולטוראַליזם" בלײַבן קוראַנט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער אײראָפּע. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָט האָלאַנד שטאָלצירט מיט איר טאָלעראַנץ, לגבי אַנדערע קולטורן און רעליגיעס. אָבער איצט האַלט זיך די האָלענדישע עפֿנטלעכע שטימונג אין אײן בײַטן. אַ סך מענטשן ווילן פֿאַרטײדיקן די קערנדיקע ווערטן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע בכלל, און פֿון דער האָלענדישער קולטור בפֿרט קעגן די "פֿרעמדע". אָבער ווער זײַנען אָט די פֿרעמדע? — פֿרעגט גאַרטאָן אַש. ער רופֿט זײ — די תּושבֿים פֿונעם "צווישנרוים", וואָס געפֿינט זיך ערגעץ צווישן מערבֿ און מיזרח. זײער הײם איז ניט דאָ און ניט דאָרטן, ניט אין אײראָפּע און ניט אין דעם לאַנד פֿון זײער אָפּשטאַם — מאַראָקאָ, אַלזשעריע, טערקײַ. אַ סך יונגע לײַט פֿאָרן זומערצײַט פֿון אײראָפּע "אַהײם" צו זײערע באָבע־זײדעס, און האַרבסט קערן זײ זיך אום אין די אומעטיקע אָרעמע געגנטן פֿון פּאַריז, אַמסטערדאַם, האַמבורג. "קולטורעל זײַנען זײ געשפּאָלטענע פּערזענלעכקײטן", באַמערקט בורומאַ, און אַ סך פֿון זײ לײַדן פֿון דעפּרעסיע און אַנדערע פּסיכישע קראַנקײטן. דווקא פֿון אָט דעם קאָנטינגענט וואַקסן אונטער די צוקונפֿטיקע זעלנער פֿון "דזשיהאַד" און טעראָר.
לויט גאַרטאָן אַשס מײנונג, ליגט באַגראָבן דער שורש פֿון דער פּראָבלעם מיט די אײראָפּעיִשע מוסולמענער ניט אין דער רעליגיע גופֿא, נאָר אין דער סאָציאַלער פּסיכאָלאָגיע. דער רעליגיעזער ראַדיקאַליזם איז ניט מער ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם צעמישטן וועלטבאַנעם פֿון די יונגע אימיגראַנטישע "צווישן־מענטשן". שולדיק איז ניט די איסלאַמישע אמונה גופֿא: אַזוי ווי בורומאַ, האַלט גאַרטאָן אַש, אַז דער אופֿן פֿון גלויבן אָדער ניט גלויבן אין גאָט איז אַ פּערזענלעכער ענין פֿון אַ יחיד; כּל־זמן עס שטערט ניט די אַנדערע מענטשן, דאַרף מען לאָזן די רעליגיע צו רו. אָבער דער אויספֿיר פֿון גאַרטאָן אַשס אַרטיקל איז גאַנץ פּעסימיסטיש. ער וואָרנט, אַז אײראָפּע האַלט בײַם סאַמע לעצטן שאַנס צו לײזן די פּראָבלעם פֿון איר מוסולמאַנישן "צווישן־פֿאָלק". אָט־אָט וועט עס ווערן צו שפּעט.
די טעאָרעטיקער פֿון דעם "אײראָפּעיִשן איסלאַם" זײַנען מער אָפּטימיסטיש לגבי דער צוקונפֿט, הגם זײ זײַנען ניט אײנשטימיק וועגן דעם, ווי אַזוי זי דאַרף אויסזען. באַסאַם טיבי, אַ סיריער, וואָס לערנט אין דײַטשישע און אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, טרעט אַרויס קעגן טאַריק ראַמאַדאַן און באַשולדיקט אים אין געהײמע סימפּאַטיעס צו פֿונדאַמענטאַליזם. טיבי מאַכט אַ חילוק צווישן דעם איסלאַם, ווי אַ רעליגיע, און דעם "איסלאַמיזם", ווי אַ טאָטאַליטאַריסטישע אידעאָלאָגיע. ער באַמערקט, אַז איסלאַם איז בײגעוודיק און לאָזט זיך צופּאַסן צו פֿאַרשידענע לאָקאַלע באַדינגונגען. אַזוי אַרום, זאָגט ער, קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו די ווערטן פֿון דער אײראָפּעיִשער קולטור. די אַרגומענטן פֿון טיבי און אַנדערע מעסיקע איסלאַמישע דענקער קלינגען ענלעך צו דער אידעאָלאָגיע פֿון "אײראָ־קאָמוניזם", וואָס האָט געוואָלט זיך אָפּטײלן פֿונעם "האַרטן" סאָוועטישן קאָמוניזם און פֿאָרצושטעלן דאָס "מענטשלעכע פּנים" פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. אָבער מען האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן געלעגנהײט צו זען, אויב אַזאַ מין קאָמוניזם איז בכלל מעגלעך. אזוי ווי קאָמוניזם, האַלט זיך איסלאַם פֿאַר אַן אַבסאָלוטן אמת, שטרעבט צו דער אַבסאָלוטער הערשאַפֿט און וויל אומבאַדינגט שפּילן די הויפּט־ראָלע.



קהילה־לעבן 






