"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נײטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקײט איז — מיר האָבן קײן מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלײבווירדיקער".
ג.ג. מאַרקעז. פֿון זײַן נאָבעל־פּרײַז־וואָרט
די מערבֿ־קולטור, און פֿאַר אַלעם די שפּאַניש־שפּראַכיקע ליטעראַטור אין לאַטײַן־אַמעריקע און אין שפּאַניע, מערקט ברייט אָפּ דעם 80סטן געבוירן־טאָג פֿון אײנעם פֿון די גרעסטע מאָדערנע שרײַבער, דעם נאָבעל־פּרײַז־לאַורעאַט פֿאַרן יאָר 1982, גאַבריעל גאַרסיאַ מאַרקעז (Gabriel Garcia Marquez). ער איז געבוירן געוואָרן דעם 6טן מערץ 1927 אין קאָלאָמביע, אין אַ דערפֿל אַראַקאַטאַקאַ, אין דער געדיכטעניש פֿון טראָפּישע וועלדער אויפֿן ברעג פֿון קאַריבישן גאָלף. פֿערציק יאָר שפּעטער איז דאָס פּיצינקע דאָרף — באַשריבן אין מאַרקעזעס ראָמאַן "הונדערט יאָר אײנזאַמקײט" אונטער דעם נאָמען מאַקאָנדאָ — באַקאַנט געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט.
סוף 1950ער — אָנהײב 1960ער יאָרן איז מאַרקעז, ווי אַ סך אַנדערע אינטעלעקטואַלן דעמאָלט אין אַמעריקע, געווען אַ הײסער אָנהענגער פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע, געלעבט און געאַרבעט אין האַוואַנאַ, אין דער באַרימטער פּרעסע־אַגענטור "פּרענסאַ לאַטינאַ", זיך באַקענט מיט פֿידעל קאַסטראָ, און זײער פֿרײַנדשאַפֿט דויערט ביזן הײַנטיקן טאָג. שפּעטער פֿאָרט מאַרקעז אַריבער קײן פּאַריז, און דאַן קײן באַרסעלאָנאַ, וווּ ער שרײַבט ווײַטער זײַן ראָמאַן, אַ סאַגע איבער דער משפּחה בוענדיאַ פֿון מאַקאָנדאָ, און אין 1972 ווערט אים צוגעטײלט די סאַמע פּרעסטיזשפֿולסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין שפּאַניע — דער "ראָמולאָ גאַיעגאַס"־פּרײַז. (ראָמולאָ גאַיעגאַס — Romulo Gallegos, אַ ווענעזועלער פּראָזאַיִקער, 1884־1969). אין די 70ער יאָרן פֿאַרלאָזט מאַרקעז אײראָפּע און קערט זיך אום קײן קאָלאָמביע, לעבט אויך אין מעקסיקע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע דערצײלט מאַרקעז, אַז אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן גײַסטלעכער אַנטוויקלונג און זײַנע ווערק האָבן געהאַט ווירדזשיניאַ וווּלף, וויליאַם פֿאָלקנער, פֿראַנץ קאַפֿקאַ, ערנעסט העמינגווײ און דאָס בוך וואָס ער האָט איבערגעלײענט אין עלטער פֿון זיבן יאָר — "טויזנט און אײן נאַכט". "אָבער דעם גרעסטן אײַנפֿלוס", גיט ער צו, "סײַ אויף מײַן שאַפֿונג און סײַ אויף מײַן כאַראַקטער האָבן געהאַט מײַן זײדע און מײַן באָבע — מײַן מאַמעס עלטערן". דערבײַ איז ער זיך מודה, אַז אַ שרײַבער איז ער געוואָרן מחמת זײַן גרויסער שעמעוודיקײט. ער האָט געוואָלט ווערן אַ קונצן־מאַכער, אָבער די שעמעוודיקײט זײַנע האָט אים געשטערט אַרויסצוגײן אויף דער בינע און זיך שטעלן פֿאַר דעם פּובליקום...
אין 1999 האָבן די דאָקטוירים געפֿונען בײַם שרײַבער דעם לימפֿע־קאַנצער און אָפּגעלאָזט אים ניט מער ווי אַ יאָר צײַט אויף צו פֿאַרענדיקן די "ערדישע ענינים". אָבער זײַן שטאַרקער ווילן צום לעבן און אפֿשר די מיסטישע כּוחות (די מאַגיע פֿון זײַן "ציפֿער 7") האָבן זיך אַרײַנגעמישט, און ער איז גובֿר געווען די שרעקלעכע קרענק. ער האָט פּשוט ניט געטאָרט אַוועקגײן, און פֿאַרענדיקט דאָס בוך וואָס ער האָט געשריבן און וואָס איז דערשינען אין 2004 — "די זכרונות פֿון מײַנע זונות".
די ליטעראַטור־וויסנשאַפֿטלער האַלטן מאַרקעזן פֿאַרן דערפֿינדער פֿון דער נײַער שטרעמונג אין דער וועלט־פּראָזע — פֿון דעם "מאַגישן רעאַליזם". דערבײַ פֿאַרגלײַכן זײ דאָס שאַפֿן און דעם שעפֿערישן קיום פֿון מאַרקעזן — מיטן ווערק און לעבן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, דעם נאָבעל־לאַורעאַט פֿון יאָר 1978.
יעדער היסטאָרישער צײַט־אָפּשניט האָט זײַנע אײגענע גרענעץ־פּונקטן, וווּ פֿון יענער זײַט פֿון דער גרענעץ ליגט שוין אַן אַנדער תּקופֿה. דער ראָמאַן "הונדערט יאָר אײנזאַמקײט" איז אַזאַ פּונקט אין דער ליטעראַטור. און ניט אומזיזט האָט דער גרויסער פּאָעט פּאַבלאָ נערודאַ באַהויפּט, אַז דער דאָזיקער ראָמאַן איז דאָס בעסטע בוך פֿון אַלע וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן נאָך דעם "דאָן קישאָט" פֿון סערוואַנטעסן, דערשינען אין מאַדריד, אין 1605.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור — לויט די זעלבע ליטעראַטור־וויסנשאַפֿטלער — האָט אַזאַ גרענעץ־פּונקט באַצײכנט באַשעוויס־זינגער, וואָס זײַן פּראָזע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּרינציפּיעל קוואַליטאַטיוו נײַעם מעטאָד. נאָר אויב אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ליטעראַטור איז דער מעטאָד פֿון "מאַגישן רעאַליזם" שפּעטער געוואָרן אַן עסטעטישע טראַדיציע, צו וועלכער עס ווענדן זיך שוין די גרעסטע הײַנטיקע שפּאַניש־שפּראַכיקע שרײַבער, איז עס, צום באַדויערן, אוממעגלעך, אַז אַ ייִדישער מחבר זאָל נאָך אַ מאָל אַריבערשטײַגן די דערגרײכונגען פֿון זינגערן, ווײַל "דאָס לשון ייִדיש, אויף וועלכן דער שרײַבער האָט גערעדט אין אַמעריקע מיט זײַנע לײענער, איז פֿאַקטיש טויט".
אויך אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון די בײדע שרײַבער זעט מען געמײנזאַמע שטריכן. בײדע האָבן אָנגעשריבן זײערע וויכטיקסטע ביכער און זײַנען וועלטווײַט באַקאַנט געוואָרן אין דער עמיגראַציע. בײדע האָבן געאַרבעט ווי זשורנאַליסטן. פֿאַר בײדע איז דער אַדרעסאַט פֿון זײער שאַפֿונג געווען אַ פֿאָלק וואָס איז אויסגעשטעלט אויף אומקום — דאָס מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדנטום און די אינדיאַנער אין קאָלאָמביע. בײדע שרײַבער נוצן אויס די ביבל־אַפּאָקריפֿן וואָס האָבן באַקומען אַ לעגיטימיזאַציע אין דער קולטור־סבֿיבֿה, אין וועלכער זײ זײַנען אויסגעוואַקסן. בײדע שרײַבער פּראָיעקטירן אַן אַלטערנאַטיוו פֿאַר דער וועלט־אַנטוויקלונג, מיט דעם אונטערשײד אָבער, וואָס מאַרקעז האָט געבויט אַ מאָדעל פֿון דעם אַל, און זינגער — אַ מאָדעל פֿון דעם מענטשן. פֿאַר מאַרקעזן איז דער צענטער פֿון דעם קאָסמאָס — אונדזער וועלט, און פֿאַר זינגערן — דער מענטש. און אויב די גרעסטע באַלוינונג פֿאַר זינגערן איז געוואָרן דער נאָבעל־פּרײַז, איז פֿאַר מאַרקעזן דאָס געווען, לויט זײַן אַרויסזאָגונג, דער טיטל פֿון דעם "גרויסן דערצײלער", וועלכן איז אויך אונטערגעטראָגן געוואָרן דער ריטואַל־שטאָק פֿון דעם שבֿט וואַיוּוּ, וואָס לעבט אין די ערטער וווּ דער שרײַבער איז מיט אַכציק יאָר צוריק געבוירן געוואָרן.
