"די גאָלדענע פּאַווע" — מוזיקאַלישער טריִאָ מיט אַ ייִדישער נשמה
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע" טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע"

די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שײנעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם ווײדל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לײטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אײגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זײער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג.

עס פֿאַראײניקט די יונגע מוזיקער, וועלכע שטעלן צוזאַמען דעם טריִאָ — אַריה בורשטײן (טענאָר), חיה ליבֿני (פֿידל) און אײל באַט (קאָמפּאָזיטאָר) — זײער טיפֿע ליבע צו ייִדיש און צו זײַנע ווערטן. אין ישׂראל איז די דאָזיקע נײגונג בכלל נישט קײן זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכע, עס מוז זײַן אַ סיבה דערצו. וווּ נעמט איר הײַנט צו טאָג יונגע מוזיקער, וואָס זײער גרעסטע הנאה איז זיך אָפּצוגעבן מיט באַאַרבעטן, שפּילן און זינגען ייִדישע מוזיק, אַזוי ווי זײ האָבן עס געהערט אין זײער פֿריסטער יוגנט?

אַלע דרײַ אָנטײל נעמער אין דעם טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע" זײַנען אויסגעשולטע באַגאַבטע מוזיקער. דער זינגער־טענאָר און אַקטיאָר אַריה בורשטײן, אַ געבוירענער אין חיפֿה, האָט זײַנע אָפּערע־לעקציעס באַקומען אין מילאַנאָ, איטאַליע, און שוין דאָ אין לאַנד זיך באַטייליקט אין פֿאַרשײדענע אָפּערע־אויפֿפֿירונגען. אײל באַט, געבוירן אין 1966, האָט געשאַפֿן און באַאַרבעט הונדעטער קאָמפּאָזיציעס, בעיקר, פֿאַר זינגער און כאָרן. זײַנע שאַפֿונגען שפּילן אויך אַנדערע מוזיקער, למשל, דער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער.

די פֿידלערין חיה ליבֿני איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקער ביאָגראַפֿישער קאַפּיטל פֿאַר זיך. "זי פֿאַרמאָגט אַ ייִדיש פֿידעלע, מיט וועלכן זי באַצויבערט דעם עולם", האָט וועגן אירע מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונגען געשריבן דער אײַנפֿלוסרײַכער מוזיק־קריטיקער חנוך רוֹן. פֿון איר לאַנג־יאָריקער פּאָזיציע צווישן די ערשטע פֿידלער אין דעם ישׂראלדיקן קאַמער־אָרקעסטער, האָט חיה ליבֿני, מיט איר אומרויִק־לײַדנשאַפֿטלעכן כאַראַקטער נישט געקאָנט אײַנזיצן רויִק; זי האָט געפֿילט, אַז אויסער שפּילן, מוז זי אויך לערנען דעם פּובליקום, זיך ווענדן צו אים, אויפֿקלערן און אים געבן צו פֿאַרשטײן "וואָס אין פֿידעלע שטעקט", דעם צו מאָל באַהאַלטענעם זין פֿון דער באַזונדערער שאַפֿונג. און אַזוי, ווי נישט ווילנדיק, איז זי געוואָרן די נשמה פֿונעם אַנסאַמבל און די אָנערקענטע אויסטײַטשערין פֿון דעם מוזיקאַלישן ווערק, וואָס נײטיקט זיך אויך אין אַ מינדלעכער אויפֿקלערונג.

לעצטנס איז דער טריִאָ, "די גאָלדענע פּאַווע", אויפֿגעטראָטן אין סאַמע צענטער פֿון באָהעמישן תּל־אָבֿיבֿ, אין קאַפֿע־טעאַטער פֿון "קאַמרי". זײער ייִדיש־מוזיקאַלישער אָוונט טראָגט דעם נאָמען "אַ מאָל איז געשען אין גאָלדענעם לאַנד"; עס זײַנען אויסגעפֿירט געוואָרן לידער פֿון מרדכי געבירטיג, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, יואל ענגעל און אַנדערע. אַ סבֿרה, אַז אויך די באָהעמע קאָן הנאה האָבן פֿון די אײביקע לידער פֿון ייִדישן מוזיק־רעפּערטואַר.