דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צווײ צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווײטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004. דעמאָלט האָט יושטשענקאָ באַזיגט זײַן קאָנקורענט, יאַנוקאָוויטש, מיט דער הילף פֿון אַן אָרגאַניזירטער מאַסן־קאַמפּאַניע. הונדערטער טויזנטער אָנהענגער פֿון יושטשענקאָ זײַנען, ניט געקוקט אויף דעם דעצעמבער־פֿראָסט, געקומען קײן קיִעוו און פֿאַרנומען דעם שטאָט־צענטער. זײ האָבן געטענהט, אַז מען האָט ניט ריכטיק געצײלט די שטימען און געפֿאָדערט, מען זאָל דערקלערן נײַע וואַלן. סוף־כּל־סוף, האָט דאָס העכסטע געריכט מסכּים געווען מיט יושטשענקאָס אַרגומענטן און מבֿטל געווען די רעזולטאַטן. בעת די צווײטע וואַלן איז יושטשענקאָ אויסגעקליבן געוואָרן פֿאַרן נײַעם פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע.
אַ סך אַנאַליטיקער האָבן דערקלערט די "אָראַנזש־רעוואָלוציע", ווי אַן אָנהײב פֿון אַ נײַער דעמאָקראַטישער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע, און אַ סוף פֿון רוסלאַנדס שליטה איבער דעם לאַנד. אָבער די ווירקלעכע לאַגע איז געווען מער קאָמפּליצירט. יאַנוקאָוויטש איז ניט געווען סתּם אַ "ליאַלקע" פֿון מאָסקווע; ווי אַ פּאָליטיקער, פֿאַרמאָגט ער אַ ברײטע שטיצע אין די אינדוסטריעלע מיזרחדיקע געגנטן, וועלכע פֿילן זיך נענטער צו רוסלאַנד, אײדער די מערבֿדיקע גאַליציע. דאָס איז געוואָרן קלאָר בעת די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין מײַ 2006, ווען יאַנוקאָוויטשס פּאַרטײ האָט באַקומען די גרעסטע צאָל מאַנדאַטן אין דער "ראַדע". אַ ביסל שפּעטער איז יאַנוקאָוויטש געוואָרן דער הויפּט פֿונעם מיניסטאָרן־קאַבינעט. פֿון דעמאָלט אָן פֿירן די צווײ קאָנקורענטן אַ קאָמפּליצירטע פּאָליטישע שפּיל מיט פּשרות, סקאַנדאַלן, צוזאָגן און פֿאַרראַטן. צו מאָל, דערמאָנט די אויבער־ראַדע מיט אירע געשרײען און געשלעגן די אַמאָליקע "סעטשע", דעם אַלטן קאָזאַקישן "פּאַרלאַמענט". די אוקראַיִנער פּאָליטיק מעג אויסזען ווילד און קאָמיש, אָבער זי שפּיגלט אָפּ דעם רעאַלן מצבֿ אינעם לאַנד, וואָס באַשטײט פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע סאָציאַלע און עטנישע גרופּעס.
יושטשענקאָס אָנהענגער טענהן, אַז די אָפּאָזיציע אין דער "ראַדע" האָט בדעה געהאַט אויפֿצובויען אַ קוואַליפֿיצירטע מערהײט, כּדי צו ענדערן די קאָנסטיטוציע און ווײַטער באַגרענעצן די פֿולמאַכטן פֿונעם פּרעזידענט. יושטשענקאָ האָט רעאַגירט דערויף מיט זײַן דעקרעט, וואָס פֿאָדערט צו צעלאָזן די איצטיקע "ראַדע". יאַנוקאָוויטש האָט גערופֿן זײַנע אָנהענדער צו פּראָטעסטירן קעגן דעם דאָזיקן באַשלוס, און די גאַסן פֿון קיִעוו זײַנען ווידער געוואָרן פֿול מיט מענטשן — דאָס מאָל אונטער "אַנטי־אָראַנזש" לאָזונגן. די געשיכטע חזרט זיך איבער, אָבער דאָס מאָל דערמאָנט זי מער אַ פֿאַרס, אײדער אַ רעוואָלוציע.
דער איצטיקער קריזיס קאָן זיך אַנטוויקלען אויף עטלעכע אופֿנים. עס איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די נײַע וואַלן וועלן נאָך מער פֿאַרשטאַרקן יאַנוקאָוויטשן, בפֿרט אַז יושטשענקאָ האָט ניט קײן סך געטרײַע פֿרײַנד צווישן די פֿירנדיקע פּאָליטיקער. אויב עס וועט זיך טאַקע יאָ אײַנגעבן יושטשענקאָ צו שאַפֿן אַ ברײטע קאָאַליציע אין דער נײַער "ראַדע", וועט ער סײַ ווי מוזן אָפּצאָלן פֿאַר דעם מיט זײַנע פֿולמאַכטן. דעמאָלט וועט יוליאַ טימאָשענקאָ, אַ פּראָוואָקאַטאָרישע פּאָליטישע פֿיגור מיט אַ געשיכטע פֿון סקאַנדאַלן, זיך אַרויפֿכאַפּן אויפֿן פּרעמיער־מיניסטאָרישן שטול. אַזוי אָדער אַנדערש, וועט זיך די געשיכטע איבערחזרן.
דערווײַל קוקט די וועלט אויף אוקראַיִנע מיט רויִקע אויגן. די קאָמיסאַרין פֿאַר אויסערן־פּאָליטישע ענינים פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, בעניטאַ פֿערעראָ־וואַלדנער, טײַטשט דעם קריזיס אין אוקראַיִנע אויס ווי אַ "סימן פֿון דער דעמאָקראַטישער אַנטוויקלונג". דער רוסישער פּרעזידענט שווײַגט, הגם די דומע האָט אויסגעדריקט איר שטיצע זײערע אוקראַיִנער קאָלעגעס. דער אײראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט געמאַכט קלאָר, אַז לעת־עתּה האָט אוקראַיִנע ניט קײן אויסזיכטן אויף צו ווערן זײַן מיטגליד. רוסלאַנד, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אַ סך קאָנטראָל איבער דעם ענערגיע־סעקטאָר פֿון דער אוקראַיִנער ווירטשאַפֿט. לויט אַלע סימנים, האָט פּוטין ניט בדעה זיך אַקטיוו אַרײַנצומישן אין די ענינים פֿון אוקראַיִנע, ווי ער האָט עס געטאָן אין 2004. רוסלאַנד קאָן פּשוט וואַרטן און באַטראַכטן די אַנטוויקלונג פֿונעם קריזיס אין אוקראַיִנע. דער וועג קײן מערבֿ איז פֿאַר אוקראַיִנע סײַ ווי סײַ פֿאַרמאַכט, און אַזוי אָדער אַנדערש וועט די רוסישע השפּעה ווערן שטאַרקער. אין דעם זין איז עס ניט זײער וויכטיק, ווער עס וועט זײַן דער געווינער אין דעם פּאָליטישן געראַנגל, יושטשענקאָ אָדער יאַנוקאָוויטש.
