דער ייִדישער סאָציאַליזם אין הויפּטשטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק
פֿון דניאל סויער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי באַוווּסט, איז דער "פֿאָרווערטס" געווען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צווישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געוואָרן אײנע פֿון די הויפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע וואַלן — נישט נאָר מיט ווערטער, נאָר אויך מיט געלט. דער "פֿאָרווערטס" איז דעמאָלט געווען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, וואָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרויסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן. דער "פֿאָרווערטס" איז נישט בלויז געווען די פֿאַרשפּרײטסטע ייִדישע צײַטונג אויף דער וועלט, נאָר אויך די גרעסטע פֿון אַלע סאָציאַליסטישע צײַטונגען אין לאַנד.

דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", אַב׳ קאַהאַן, איז דעריבער געוואָרן אַ מעכטיקע פֿיגור אין דער ניו־יאָרקער פּאָליטיק. אין די 30ער יאָרן, אָבער, איז געקומען אַ בײַט. כאָטש דער "פֿאָרווערטס" האָט, ווי אַלע מאָל, געשטיצט דעם סאָציאַליסטישן קאַנדידאַט, נאָרמאַן טאָמאַס, אין די פּרעזידענטן־וואַלן פֿון 1932, האָט מען באַלד דערנאָך געקענט באַמערקן אין דער צײַטונג אַן ענדערונג, לטובֿת דער אַדמיניסטראַציע פֿון דעם נײַעם דעמאָקראַטישן פּרעזידענט, פֿראַנקלין דעלאַנאָ רוזוועלט. קאַהאַן אַלײן איז געוואָרן אַ וואַרעמער פֿאַרערער פֿון דעם פּרעזידענט, און זײַן "ניו דיל". אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין, ווי ס׳האָבן איבערגעגעבן די ענגלישע צײַטונגען, האָט קאַהאַן געלויבט דעם פּרעזידענטס איניציאַטיוון און אים פֿאַרבעטן צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ. קאַהאַן האָט דאָס דעמאָלט געלײקנט, נאָר ער האָט מודה געווען, אַז ער האַלט שטאַרק פֿון רוזוועלטס ענערגיש באַקעמפֿן דעם עקאָנאָמישן קריזיס, ווי אויך זײַנע פּראָגראַמען, לטובֿת די אַרבעטער און דער אַרבעטער־באַוועגונג.

קאַהאַן איז אָבער נישט געווען דער אײנציקער. אַ טייל אַנדערע מיטגלידער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "אַלטער גוואַרדיע" פֿון מעסיקע סאָציאַליסטן זײַנען געוואָרן פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿונעם פּרעזידענט רוזוועלט און זײַן אַדמיניסטראַציע; פֿון דער אַלגעמײנער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז שוין אָפּגערעדט. ווי אײנער האָט געזאָגט: ייִדן האָבן דעמאָלט געהאַט "דרײַ וועלטן": "די וועלט, יענע וועלט, און רוזוועלט".

קאַהאַן האָט נאָך אַלץ פֿאַרמאָגט זײַן חוש פֿון דערטאַפּן די געפֿילן פֿון די ברײטע מאַסן. אין 1936, האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך געקליבן צו שטיצן רוזוועלטן, צוזאַמען מיט כּמעט אַלע אַנדערע טײלן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט דעם "אַרבעטער־רינג" און די פּראָפֿעסיאָנאַלע פֿאַראײנען. אין דער זעלבער צײַט איז אָנגעגאַנגען אַן אינערלעכער קאַמף צווישן די "רעכטע" און "לינקע" פֿליגלען פֿון סאָציאַליסטישער פּאַרטײ. ווען די "לינקע מיליטאַנטן" האָבן געוווּנען, האָט די רעכטע "אַלטע גוואַרדיע" זיך געשפּאָלטן, און געגרינדעט אין ניו־יאָרק אַ נײַע פּאַרטײ, די "אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי".

די "אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי" האָט געגעבן דעם "פֿאָרווערטס" און אַנדערע אַלטע סאָציאַליסטן אַ מעגלעכקײט צו שטיצן אַזעלכע פּראָגרעסיווע פּאָליטיקער, ווי פֿראַנקלין רוזוועלט, הערבערט לעהמאַן, דעם גובערנאַטאָר פֿון שטאַט ניו־יאָרק, און פֿיאָרעלאָ לאַ גואַרדיאַ, דעם ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער, און אַליין זיך אויך אָנצושליסן אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ, וועלכע איז געווען אין ניו־יאָרק באַהערשט פֿון דער קאָרומפּירטער קאָנסערוואַטיווער "מאַשין" פֿון טאַמאַני האָל. דער "אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי", וואָס איר פּראָגראַם איז געווען אַ סאָציאַל־דעמאָקראַטישע, הגם נישט אַן אויסגעשפּראָכן־סאָציאַליסטישע, האָט אויך געגעבן אירע אָנהענגער אַ מעגלעכקײט ווײַטער אָנצופֿירן מיט אַן אומאָפּהענגיקער אַרבעטער־פּאָליטיק, צוזאַמען מיט די אַנדערע ליבעראַלע און פּראָגרעסיווע עלעמענטן.

די איראָניע איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, וואָס די קאָמוניסטן האָבן אין פּונקט דעם זעלבן מאָמענט אָנגענומען אַן ענלעכע פּאָליטישע פּאָזיציע. לויט דעם באַפֿעל פֿון מאָסקווע, האָבן די קאָמוניסטישע פּאַרטײען אין דער גאַנצער וועלט געפּרוּווט זיך צו פֿאַראײניקן מיט די סאָציאַל־דעמאָקראַטן און ליבעראַלן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטן פֿאָלקס־פֿראָנט קעגן דעם פֿאַשיזם. אין ניו־יאָרק האָט דאָס געהײסן, אַז די קאָמוניסטן זײַנען אַרײַן אין דער "אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי". די "לינקע" (פּראָ־קאָמוניסטישע), און "רעכטע" (סאָציאַל דעמאָקראַטיש/ליבעראַלע) פֿליגלען פֿון דער פּאַרטײ, האָבן געפֿירט אַ ביטערן קאַמף, ביז די "לינקע" האָבן מנצח געווען אין 1944.

צום סוף, האָבן די "רעכטע" זיך ווידער געשפּאָלטן, און פֿאָרמירט נאָך אַ פּאַרטײ — די "ליבעראַל פּאַרטי". דער "פֿאָרווערטס" האָט ווידער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער פּאַרטײ, באַזונדערס אַלכּסנדר קאַהן, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם "פֿאָרווערטס", ווי דער וויצע־פֿאָרזיצער און אַן אָפֿטער וואָרטזאָגער פֿון דער "ליבעראַל פּאַרטי". אַב. קאַהאַן איז שוין דעמאָלט געווען איבער אַכציק יאָר אַלט, ווען די נײַע פּאַרטײ איז געשאַפֿן געוואָרן, און האָט אויך געשריבן אַרטיקלען און לײט־אַרטיקלען אין דער צײַטונג, לטובֿת די ליבעראַלן. דער ציל פֿון דער "ליבעראַל פּאַרטי" איז געווען, ווי ער אַלײן האָט עס אויסגעדריקט, צו שאַפֿן "אַ בעסערע און שענערע וועלט". זי האָט פֿאַרלאַנגט, אַז די רעגירונג זאָל שאַפֿן פּראָגראַמען צו העלפֿן די אַרבעטער און אָרעמע פֿאָלקס־מאַסן: אַ ברײטערע פּראָגראַם אויפֿצובויען וווינונגען, וואָס אָרעמע און מיטל־מעסיקע מענטשן זאָלן זיך קענען פֿאַרגינען; אוניווערסאַלע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג; פֿאַרבעסערטע סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג און אַרבעטלאָזיקײט־בענעפֿיטן פֿאַר אַלע אַרבעטער; ווי אויך פּראָגראַמען, וואָס האָבן געפּרוּווט צו באַקעמפֿן די אַרבעטלאָזיקײט בכלל.

די "ליבעראַל פּאַרטי" האָט אויך געשטיצט די געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס האָבן געזאָלט פֿאַרטײדיקן ציווילע רעכט און גלײַכהײט פֿאַר אַלע בירגער, אומאָפּהענגיק פֿון ראַסע, רעליגיע און נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם. וואָס שײך דער אויסערן־פּאָליטיק, האָט די פּאַרטיי זיך געשטעלט קעגן אַלע פֿאָרמען פֿון אימפּעראַליאַליזם און דיקטאַטור, סײַ פֿון "רעכטס", סײַ פֿון "לינקס". זי האָט אָנערקענט די גרויסע סכּנה, וואָס דער קאָמוניזם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט. די ליבעראַלע פּאַרטײ איז געווען אַן אַרבעטער־פּאַרטײ, וואָס האָט פֿאַראײניקט אַ צאָל מעכטיקע "יוניאָנס", אַרײַנגערעכנט דעם "International Ladies' Garment Workers' Union" מיט אומאָפּהענגיקע פּראָגרעסיווע אינטעליגענטן און פּאָליטיקער. זי האָט פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם, וואָס האָט אונטערגעשטראָכן, אַז ס׳איז וויכטיק, די רעגירונג זאָל פֿירן די עקאָנאָמיע אין לאַנד, און גאַראַנטירן אַ געזעלשאַפֿט פֿון גלײַכהײט און פֿרײַהײט.

די "ליבעראַל פּאַרטי" איז אָבער נישט געווען קײן סאָציאַליסטישע פּאַרטײ. זי האָט אויך אָנערקענט, אַז די פּריוואַטע אונטערנעמונגען און פֿירמעס דאַרפֿן שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע, כּדי זי זאָל וואַקסן און שאַפֿן אַ רײַכערן מאַטעריעלן וווילשטאַנד פֿאַרן פֿאָלק. פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: צי האָט די "ליבעראַל פּאַרטי" מיט זיך פֿאָרגעשטעלט טאַקע אַ המשך, אָדער געווען אָפּגעריסן פֿון דער פֿריִערדיקער פּאָליטיק פֿונעם "פֿאָרווערטס"?

אַ טײל היסטאָריקער באַטאָנען, אַז סײַ די "אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי", סײַ די ליבעראַלע פּאַרטיי, זײַנען געווען "halfway houses", "סטאַנציעס, אויפֿן האַלבן וועג", פֿאַר די ייִדישע ווײלער אויפֿן דרך פֿון סאָציאַליזם ביז דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ. די פּאַרטײ־פֿירער אַלײן, וואָס מיט צען יאָר פֿריִער זײַנען זיי געשטאַנען אויף די ראַנדן פֿונעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן, האָבן זיך איצט געחבֿרט מיט די פּרעזידענטן, גובערנאַטאָרן, סענאַטאָרן און בירגערמײַסטערס — על־פּי־רובֿ מיט די דעמאָקראַטן, נאָר צומאָל אויך מיט די פּראָגרעסיווע רעפּובליקאַנער.

דער "פֿאָרווערטס" האָט געמײנט אַנדערש. ער האָט געזען אין זײַן שטיצן די "ליבעראַל פּאַרטי" אַ המשך פֿון זײַן פֿריִערדיקער אומאָפּהענגיקער אַרבעטער־פּאָליטיק, אַ מיטל אַרײַנצודרינגען די סאָציאַליסטישע געדאַנקען אין דעם הויפּטשטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.