| |
די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געוואָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם וווּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעוויזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צווײ טענדענצן. די פֿאָרשערין ווײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געווען פֿאַרשוויגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע. אין תּוך גענומען, איז דאָס ניט קײן חידוש; אָבער צום ערשטן מאָל באַקומט דער ענגלישער לײענער אַ פּרטימדיקע אַנאַליטישע פֿאָרשונג פֿון דער "אַלטערנאַטיווער" ייִדישער קולטור, וועלכע האָט זיך אַנטוויקלט אין תּוך פֿון דער הערשנדיקער העברעיִשער קולטורעלער סבֿיבֿה.
פֿאַרן טעאָרעטישן אויסגאַנג־פּונקט האָט יעל חבֿר גענומען די אײַנפֿאַלן פֿון די באַקאַנטע פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, בנימין הרשבֿ, איתּמר אבן־זוהר און חנה קראָנפֿעלד, בפֿרט, זײערע אידעעס וועגן דער אינערלעכער פֿילשפּראַכיקײט פֿון ייִדישער קולטור. ייִדיש און עברית ווערן דערבײַ באַטראַכט ווי צווײ שפּראַכן, וועלכע עקזיסטירן אין אַ נאָענטן צוזאַמנעהאַנג, ניט געקוקט אויף די שאַרפֿע אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות. די דאָזיקע "פֿאַקטישע צווײשפּראַכיקײט פֿונעם ייִשובֿ האָט געשאַפֿן אַ יסוד פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער אָרטיקער ייִדישער ליטעראַרישער קולטור", דער אָביעקט פֿון יעל חבֿרס פֿאָרשונג. די ווערק פֿון זלמן ברכות (1886—1977), אַּבֿרהם ריוועס (1900—1963) און רקודה פּאָטאַש (1906—1965) ווערן אַנאַליזירט אינעם ברײטן אידעאָלאָגישן, געזעלשאַפֿטלעכן און היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.
דער אײַסקלײַב פֿון אָט די דרײַ נעמען שפּיגלט אָפּ די כּוונה פֿון דער מחברין צו ווײַזן דעם ברײטן טעמאַטישן און סטיליסטישן דיאַפּאַזאָן פֿון דער ייִדישער שעפֿערישקײט אין ארץ־ישׂראל. ברכות, דער סאַמע באַקאַנטער צווישן די דרײַ שרײַבער, האָט באַרירט אין זײַנע ייִדישע ווערק יענע זײַטן פֿונעם ייִדישן לעבן, וועלכע זײַנען געלעגן מחוץ דעם תּחום פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור: די אינטימע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען, די פּסיכאָלאָגישע ספֿיקות פֿון די חלוצים, און די אָפּפֿרעמדונג צווישן די אײנצלנע יחידים אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה. ריוועס, וועלכער האָט עולה געווען פֿון פּוילן אין 1924, האָט מיטגעבראַכט די נײַע אַוואַנגאַרדיסטישע עסטעטיק און שטימונגען. מיט דער צײַט איז ער געוואָרן אַ פֿײַנער פּסיכאָלאָגישער שרײַבער און האָט געגעבן זײַן לײענער אַ "זעלטענעם אַרײַנבליק אין דעם גלות־ייִדנס טיפֿ־פֿאַרבאַהאַלטענעם ספֿקות־געפֿיל וועגן פֿאַרלאָזן פּוילן און אין זײַן טיפֿער אַנטוישונג פֿון דער ווירקלעכקײט אין ארץ־ישׂראל."
רקודה פּאָטאַש איז אויך געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אָבער אין ירושלים האָט זי געהערט צו דער סבֿיבֿה פֿון דער מיטל־אײראָפּעיִשער ייִדישער קינסטלערישער אינטעליגענץ. די דאָזיקע באַציִונגען האָבן געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף איר פּאָעזיע. להיפּוך צו די הויפּטשטראָמיקע ייִדישע דיכטער פֿון דעם ייִשובֿ, אַזעלכע ווי יוסף פּאַפּערניקאָוו און אריה שמרי, האָט פּאָטאַש ניט באַזונגען די קאָלעקטיוויסטישע און סאָציאַליסטישע ווערטן. יעל חבֿר אידענטיפֿיצירט פּאָטאַשס דיכטערישן נוסח מיט די "כּנענים", דער העברעיִשער פּאָעטישער שטראָמונג, וואָס האָט זיך געסטאַרעט אומצוקערן צו דער "אויטענטישער" טראַדיציע פֿון דעם אוראַלטן ארץ־כּנען.
אין דעם נאָכוואָרט באַשרײַבט די מחברין איר ווערק ווי אַ טײל פֿונעם "פּערזענלעכן פּראָצעס פֿון קולטורעלער אַרכעאָלאָגיע". דורך דער קולטור־היסטאָרישער פֿאָרשונג דערגרײכט זי צו אירע וואָרצלען, צו דעם טיפֿן אינערלעכן "זיך": "ייִדיש איז ניט נעלם געוואָרן, ווי עס האָבן אונדז געגעבן אָנצוהערן די היסטאָרישע ביכער." דער טעאָרעטישער יסוד פֿונעם בוך קומט אין הסכּם מיט אָט דער פּסיכאָלאָגישער אײַנשטעלונג פֿון דער מחברין. די ייִדישע ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל ווערט אויסגעטײַטשט ווי אַ "מינערדיקע ליטעראַטור", וואָס האָט עקזיסטירט אינעם שאָטן פֿון דער הערשערישער העברעיִשער קולטור. אַזאַ צוגאַנג האָט זײַנע חסרונות און מעלות. פֿון אײן זײַט, זעט מען בולט דעם אַנדערן צד פֿון דעם קולטורעלן פֿאַסאַד פֿון דעם ציוניסטישן ציבור. ייִדיש איז געווען מער בײגעוודיק, איראָניש און קאָמפּליצירט אײדער דער עבֿרית פֿון די עולים פֿונעם ערשטן דור, בפֿרט אַז ייִדיש איז געווען זײער מאַמע־לשון. די ייִדישע ליטעראַטור עפֿנט אַ פֿענצטער צום ווירקלעכן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הינטער דעם אידעאָלאָגישן פֿאָרהאַנג. די ייִדישע שרײַבער פֿונעם ייִשובֿ האָבן ניט אָפּגעלײקנט די יסודות פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, אָבער זײער שאַפֿונג איז געווען פֿרײַ פֿון אידעאָלאָגישע פּענטעס.
פֿון דעסטוועגן, אַזאַ מין קוק אויף דער ייִדישער ליטעראַטור לײקנט אָפּ איר זעלבסטשטענדיקײט. די ייִדישע שעפֿערישקײט זעט אויס ווי אַ צוגאָב צו דעם העברעיִשן הויפּטשטראָם, ווי אַ קריטישער שאָטן זײַנער. אין דער אמתן, איז די ייִדישע ליטעראַטור קײן מאָל ניט געווען קײן "מינערדיקע ליטעראַטור". זי האָט אָפֿט געליטן פֿון דעם אידעאָלאָגישן דרוק, אָבער אַלע צווײַגן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור וואַקסן אויף אײן בוים, וואָס איז אײַנגעוואָרצלט אין דער טראַדיציע פֿון מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ.

Yael Chaver. What Must Be Forgotten: The Survival of Yiddish in Zionist Palestine. Syracuse University Press, 2004.