| |
באָריס סאַנדלער. פֿרײלעכע צווײ־שורותלעך וועגן חיות און פֿײגל; אַרויסגעבער: קינד־און־קײט"און דער "ייִדישער קולטור־קאָנגרעס". ניו־יאָרק. 2007.">
חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן אײנעם פֿון זײ איז געווידמעט, חוץ די צווײ פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָרטרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנטער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטײן, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות.
די אילוסטראַציעס און דער פּרעכטיקער בוך־דיזײַן זײַנען אויסגעפֿילט פֿון איטעלאַ מאַסטבאַום, און ווי אַ צוגאָב איז אויף דער אינעווײניקער זײַט פֿון דעם האַרטן טאָוול צוגעפֿעסטיקט אַ בונט־באַמאָלטער קאָמפּאַקט־דיסק — אַ מוזיקאַלע אינטערפּרעטאַציע, אײגנטלעך, — אַ לידל פֿאַר יעדן צווײפֿערז, אויסגעזונגען פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש.
אָט אַ מין בונד פֿון דרײַ שאַפֿערישע פּערזענלעכקײטן, וואָס לעבן — און דאָס איז זײער אינטערעסאַנט! — אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע פּונקטן אויף דער ערד: ב. סאַנדלער אין ניו־יאָרק, א. מאַסטבאַום אין ירושלים, מ. אײַזיקאָוויטש אין בערלין. אַ דרײַבונד וואָס האָט דערוויזן, אַז אויך אין דעם ייִדישן טאָג־טעגלעכן קולטור־פּראָצעס קענען אָנגעווענדט ווערן די מאָדערנע אָרגאַניזאַטאָריש־טעכנישע מעגלעכקײטן פֿון שאַפֿערישער קאָאָרדינאַציע.
וואָס זשע פּלוצעם, און צי טאַקע פּלוצעם, האָט דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער, שעף־רעדאַקטאָר פֿון דעם גרעסטן ייִדישן וואָכנבלאַט בײַם הײַנטיקן טאָג, "פֿאָרווערטס" און דעם יוגנט־סופּלעמענט "ווײַטער", ווי אויך דער רעדאַקטער פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם "פֿאָרווערטס־שעה", פּובליציסט, איבערזעצער אד"גל, — וואָס האָט ער זיך גענומען פֿאַר עפּעס אַזאַ "צאַצקעס"־אַרבעט און לײגט אַרײַן אין איר, ווי דער מחבר און אַרויסגעבער, אַזוי פֿיל צײַט, פֿלײַס און מי?
דעם ענטפֿער געפֿינען מיר אין סאַנדלערס אַ קורצער אַרויסזאָגונג, אין אַן אינטערוויו: "מיר גרײטן צו דעם קינפֿטיקן לײענער פֿאַר אונדז... דער דור, וואָס איז גובֿר געווען דעם חורבן, גײט אַוועק. די הײַנטיקע קינדער, אײניקלעך און אור־אײניקלעך ווילן וויסן פֿון וואַנען עס ציִען זיך זײערע שורשים, ווי אַזוי האָבן געלעבט די עלטערן און די אור־אָבֿות, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דאָס שטעטל, 'די אַלטע הײם'?.. דאָס לשון ייִדיש טראָגט אין זיך אַן ענטפֿער אויף אַ סך פֿון די פֿראַגעס".
די פּאָפּולאַריזירונג און דאָס זוכן דעם וועג צו דער ווידעראויפֿלעבונג פֿון ייִדיש און אײַנוואָרצלונג פֿון דער שפּראַך אינעם שטײגער־ און קולטור־לעבן — איז בײַ סאַנדלערן אַן אַלטע לײַדנשאַפֿט. שוין אין די 80ער יאָרן איז ער געווען אין קעשענעוו אַ ייִדיש־לערער און דער רעדאַקטאָר פֿון דעם ייִדישן אָפּטײל אין דער צײַטונג "נאַש גאָלאָס" — "אונדזער קול"; שפּעטער ווערט ער דער גרינדער און לײטער פֿון דער ייִדישער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אויף דער ייִדישער גאַס"; אין די 90ער יאָרן, שוין אין ירושלים, לאָזט ער אַרויס דעם ייִדישן קינדער־זשורנאַל "קינד־און־קײט"; און זינט 1998 — דער קולטור־רעדאַקטאָר און שפּעטער, ווי געזאָגט, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דעם "פֿאָרווערטס"...
"מיר גרײטן צו דעם קינפֿטיקן לײענער פֿאַר אונדז" — אַזאַ צוועק און אַזאַ מין טעטיקײט פֿון אַ שרײַבער וואָלט געקענט אַרײַנברענגען אין געלעכטער אַן ענגלישן, פֿראַנצויזישן אָדער רוסישן ליטעראַט — אָבער ניט קײן פֿאָרשטײער פֿון אַזוינע רעגיאָנאַל־שפּראַכן, ווי, למשל, סאַרדיניש אין איטאַליע, פֿריזיש אין דײַטשלאַנד אָדער גאַגאַוזיש אין מאָלדאָווע.
דערבײַ גײט נאָך אַרײַן אונדזער ייִדיש אין דעם צענדליק "אינטערנאַציאָנאַל־שפּראַכן", און דאָס איז ניט קײן פֿיקציע. ווי אַ דין האָניק־הײַטל אויפֿן "קאָפּ" פֿון דעם קוגל, שוועבט נאָך איבער אַלע קאָנטינענטן אין די גאָר אומדערוואַרטע הויפּטשטעט און אין די סאַמע טיפֿע בער־ווינקלעך דאָס לשון ייִדיש. און אונטער אָט דעם דינינקן שיכט ליגט די 1,000־יאָריקע אײראָפּעיִש־סעמיטישע ציוויליזאַציע, די טיף־פֿאַרבאָרגענע אָדער גאָר נאָענטע פּלאַסטן פֿון אונדזער אויף אײן מאָל באַגראָבענער גײַסטלעכער נחלת־אָבֿות. ייִדיש — אויפֿגעלעבט פֿאַר זײַנע שפּראַך־פֿונקציעס אין פֿאַמיליע־לעבן און געזעלשאַפֿטלעך־סאָציאַלן פּראָצעס — וואָלט געקאָנט ווערן אַן אינסטרומענט און אַ גראָדער וועג, אַ צוגאַנג צו אָט די אוצרות, וואָס ביז הײַנטיקן טאָג זײַנען זײ נישט באַהערשט דורך דער פּלאַנעטאַרער קולטור.
דער פּראָמינענטער פּעדאַגאָג ק. אושינסקי איז איבערגעצײַגט געווען, אַז "באַהערשנדיק די מוטער־שפּראַך, פֿאַראײגנט דאָס קינד ניט נאָר די ווערטער, זײער צונויפֿלײגן און מאָדיפֿיצירונג — נאָר די גאַנצע שיטה באַטײַטן, אָנשויונגען, געדאַנקען, געפֿילן, קונסט־געשטאַלטן, שפּראַך־לאָגיק און פֿילאָסאָפֿיע. דאָס אַלץ פֿאַראײגנט דאָס קינד לײַכט און גיך, אין צווײ־דרײַ יאָר, און אַזוי פֿיל, אַז אַפֿילו קײן העלפֿט פֿון דעם וואָלט עס שפּעטער נישט געקאָנט באַהערשן פֿאַר לאַנגע צוואַנציק יאָר פֿון אַ מעטאָדישן לערנען". אָט דאָס מיינט, לויט דעם גרויסן פֿאָלקס־פּעדאַגאָג — דאָס וואָרט פֿון מוטער־שפּראַך!
הײַנט האָט נישט דאָס ייִדישע קינד די מעגלעכקײט — מיט באַזנדערע אויסנעמען — זיך צו פֿאַראײגענען דאָס אַמאָל לײַבלעכע לשון פֿון די אַשכּנזים אין אַן אמתער שפּראַך־סבֿיבֿה, דאָס "מאַמע־לשון" ווערט פֿאַר אים די שפּראַך פֿון זײַנע עלטערן און דעם אַרומיקן סאָציִום — ענגליש, רוסיש, עבֿרית...
איז ווער ווײסט, אפֿשר קען אַזאַ ביכל, ווי סאַנדלערס, מיט די פֿאַרביקע בילדער און דעם מאָדערן־קלינגעוודיקן מוזיקאַלן דיסק, כאָטש אין עפּעס אַ מאָס העלפֿן צו דערהערן דעם פֿילרוישיקן קלאַנג פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער הײם, וווּ די מאַמע וואָלט דעם ייִנגעלע (למשל, אין בעסאַראַביע) "אונגעוואַרעמט אַ ביסל מילעך"; און דער טאַטע מיטן זײדן וואָלטן אין הויף "אונגעזײגט אָלץ אַפֿן ווינטער"; און פֿעטער יאַנקל, זיצנדיק פֿאַר זײַן נײ־מאַשינדל, וואָלט זיך אונטערגעבאָמקעט: "מוגן מוגן נידע נישט — אָבעך דען אין גיב דיר נישט?"; און די באָבע סימע וואָלט צום צענטן מאָל צוגעגאַנגען און געפֿרעגט ס'קלײנע אַרעלע, צי ער וויל נאָך נישט אַפֿן טעפּעלע...
סאַנדלערס ביכל — איז פּונקט פֿאַר אַזעלכע צווײ־ און דרײַ־יאָריקע קינדערלעך, ווען דער "פּופּציק" הײבט ערשט אָן אויסצוטײלן פֿון דער אַלגעמײנער אַרומיקער זשום־ און קלאַנג־סטיכײ דאָס וואָרט, וואָס טראָגט אין זיך אַ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע פֿאַרן קינד. און ווען דאָס קינד הײבט שוין אָן אידענטיפֿיצירן דאָס קאָנקרעטע וואָרט מיטן רעאַלן אָביעקט און פֿאַרגעדענקט עס נישט בלויז ווי אַ פֿאָנעמע, נאָר אויך ווי אַ ווירקלעכן אַדעקוואַט פֿון אַן אָביעקטיווער זאַך אָדער אַ וועזן, אָדער אַ סיטואַציע. דערבײַ לעבט איבער דאָס קינד אַ גליקלעך געפֿיל פֿון עפּעס אַ פּערזענלעכער דערפֿינדונג און פֿון באַהערשן אַלץ וואָס ער זעט און רופֿט אָן — פֿון דעם אָביעקט פֿאַר די אויגן ביז דעם ווײַטן באַרג אויפֿן האָריזאָנט אָדער דעם פֿויגל אין הימל!



קהילה־לעבן 






