ברוך-הבאָ, חבֿר מאַרקס, שוין אַ לאַנגע צײַט נישט געזען!

פֿון עדי מהלאל

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.

קיין איבערמענטש, קיין אונטערגאָט און קיין פּראָפֿעט,

איז ער צו מענטשנקינדער נאָר אַלס מענטש געקומען;

קיין גאָט-געזאַלבטער, קיין באַלאָרבערטער פּאָעט,

האָט ער — דער מאַן — אַ שפּראַך אָן בילדער און אָן בלומען,

אַ מענטשנשפּראַך, אַ דענקער-לשון נאָר גערעדט,

דערמיט אָבער גאָט מאַמאָנ׳ס פֿעסטונג אײַנגענומען, —

די תּפֿיסה, וווּ דער מענטש דעם ברודער זײַנעם טרעט,

וווּ אין אַ גרוב פֿון גאָלד זײַן גײַסט איז אומגעקומען.

די דאָזיקע שורות האָט דער פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי אָנגעשריבן אין 1908, לכּבֿוד דעם 25סטן יאָרצײַט פֿון קאַרל הײַנריך מאַרקס (1818—1883). מאַרקס, דער דײַטשער דענקער און פּאָליטישער אַקטיוויסט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, האָט כּידוע אַנאַליזירט די דינאַמיק פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער ווירטשאַפֿט און אינספּירירט דורך די יאָרן אָן אַ שיעור דענקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. אומבאַוווּסטזיניק, האָט ער געלייגט די יסודות פֿון דער מאַרקסיסטישער שיטה פֿון חוקר-ודורש זײַן די וועלט-געשיכטע מיט אַזעלכע באַגריפֿן, ווי קלאַסנקאַמף, סחורה-פֿעטישיזם, הון-זאַמלונג, פֿאַרהעלטענישן פֿון פּראָדוקציע און נאָך און נאָך. איינער פֿון די באַגריפֿן וואָס מאַרקס האָט אין זײַנע ווערק באַהאַנדלט, איז געווען דער באַגריף פֿון “קריזיס”. מאַרקס האָט פֿאָרויסגעזען, אַז דער קאַפּיטאַליסטישער קריזיס אין זײַן צײַט וועט חרובֿ מאַכן די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם און אָנזאָגן וועגן אַ נײַער און ערלעכער סאָרט ווירטשאַפֿט פֿון קאָלעקטיוו-פּראָדוקציע, אָדער מיט אַנדערע ווערטער — “קאָמוניזם”.

דאָס באַרימטע געשטאַלט פֿון קאַרל מאַרקס אינעם דאָקומענטאַר “מאַרקס ווידער-געלאָדן” (Marx Reloaded)
דאָס באַרימטע געשטאַלט פֿון קאַרל מאַרקס אינעם דאָקומענטאַר “מאַרקס ווידער-געלאָדן” (Marx Reloaded)

צי גייט נאָך הײַנט אַרום “דער שׂטן פֿון קאָמוניזם” איבער אייראָפּע און דער גאַנצער וועלט? די הײַנטיקע קריטיקער פֿון מאַרקס זאָגן, אַז זײַן אַנאַליז איז אפֿשר חל אויף דער רעאַליטעט פֿון 19טן יאָרהונדערט, און בפֿרט אין אייראָפּע, אָבער די וועלט האָט זיך זינט דעמאָלט שטאַרק געענדערט, געוואָרן אַ “פּאָסט-מאָדערנע”, און זײַנע “מאָדערנע” באַגריפֿן זענען גאָר פֿאַרעלטערט געוואָרן. דהײַנו, מאַרקסעס שיטה טויג אונדז אויף כּפּרות בעתן פּראָבירן צו פֿאַרשטיין, למשל, דעם גרויסן פֿינאַנציעלן קריזיס וואָס איז אויסגעבראָכן אין 2008—2009 אין דער מערבֿ-וועלט, בפֿרט אין אַמעריקע, און געוואָרן זינט דעמאָלט אַ גלאָבאַלער פֿענאָמען.

דער בריטישער פֿילמאָגראַף און זשורנאַליסט, דזשייסאָן באַרקער, דריקט אָבער אויס אַן אַנדער מיינונג. ער שפּירט דווקא אָפּ אַ מין צוריקקער צו מאַרקסן אין דער עפֿנטלעכער דיסקוסיע זינט דעם אויסבראָך פֿון דעם קריזיס. אין זײַן נײַעם דאָקומענטאַר, וואָס הייסט “מאַרקס ווידער-געלאָדן” (Marx Reloaded), האָט ער זיך אונטערגענומען אויסצופֿאָרשן דעם פֿענאָמען פֿון מאַרקס׳ שײַכות צו אונדזער ווירקלעכקייט אינעם 21סטן יאָרהונדערט. באַרקער האָט לעצטנס באַזוכט קאָלומביע־אוניווערסיטעט צו ווײַזן דעם פֿילם און צו רעדן אויף אַ פּאַנעל-דיסקוסיע נאָך דעם.

זייער באַרימטע פֿילאָסאָפֿן און קולטור-קריטיקער טרעטן אויף אין “מאַרקס ווידער-געלאָדן”, אַזעלכע ווי סלאַוואָי זשיזשאַק, זשאַק ראַנסייר, מײַקעל האַרדט, אַנטאָניאָ נעגרי, דזשאָן גריי און אַנדערע. אַ זייער חנעוודיקער צוגאָב צו די אינטערוויוען קומט צום אויסדרוק דורך אַנימאַציע, וואָס שטעלט פֿאָר די געשטאַלטן פֿון חבֿר מאַרקס און חבֿר לעאָן טראָצקי. דער לעצטער לייגט מאַרקסן פֿאָר אויסצוקלײַבן צווישן אַ בלוי “בירגערלעכער” פּיל, אָדער אַ רויט רעוואָלוציאָנערער פּיל, וואָס באַטײַט די “שטענדיקע רעוואָלוציע”. אינטערעסאַנט איז, אַז חבֿר לענין און די גאַנצע לעניניסטישע מעטאָדע איז, לויטן פֿילם, אַראָפּ אויף דער אינטעלעקטועלער אַרענע. אָט די מעטאָדע געהערט אַפּנים נאָר צו דער לכל-הדעות קאָלאָסאַל-דורכגעפֿאַלענער רעגירונג אין ראַטן-פֿאַרבאַנד — אַ סאָרט רעגירונג, וואָס קיינער בײַ די קלאָרע געדאַנקען שטרעבט נישט הײַנט־צו־טאָג אויפֿצולעבן.

דעם צוגאַנג פֿון ס׳רובֿ אינטערוויויִרטע, אַחוץ די פּאָר אָנהענגער פֿון קאַפּיטאַליזם וואָס רעדן אויך אין דעם פֿילם, קען מען דעפֿינירין ווי אַ “פּאָסט-מאַרקסיסטישער” אָדער אַ “נעאָ-מאַרקסיסטישער”. בלויז איין אינטערוויויִרטער, אַלבערטאָ טאָסקאַנאָ הייסט ער, קען באַרעכנט ווערן ווי אַן אָרטאָדאָקסישער מאַרקסיסט, איינער וואָס גלייבט טאַקע, אַז דער שליסל צו דער רעוואָלוציע ליגט אויסשליסלעך אין די הענט פֿון די אינדוסטריעלע אַרבעטער. די אַנדערע דענקער, הגם זיי זענען שטאַרק באַײַנפֿלוסט פֿון מאַרקס, האָבן פֿאָרט ווײַטער אַנטוויקלט זײַן תּורה און זי צוגעפּאַסט אויף כּלערליי אופֿנים צו דער הײַנטיקער גלאָבאַלער און פּאָסט-מאָדערנער וועלט (צום בײַשפּיל, נעגרי און האַרדטס באַגריף פֿון “אוממאַטעריעלער אַרבעטערשאַפֿט”).

איינע פֿון די הויפּט־פֿראַגעס וואָס באַרקער שטעלט איז — “פֿאַר וואָס איצט?” דהײַנו, למאַי איז מאַרקס דווקא איצט ווידער אַ מאָל געוואָרן אַ שם-דבֿר, און מאַרקסיזם — אַ כּשרע זאַך? צי קען מען באַטראַכטן די אַלע דעמאָנסטראַציעס און סאָציאַלע פּראָטעסטן איבער דער וועלט, ווי “דער אָנהייב פֿונעם סוף” פֿון קאַפּיטאַליזם? צי איז דער הײַנטיקער קריזיס טאַקע דער קריזיס שבקריזיסן, וואָס פֿאַרלייגט די יסודות פֿון אַ נײַער געזעלשאַפֿט?

באַרקער האָט בײַם דיסקוטיר-טיש ציטירט די ווערטער פֿון מײַקל האַרדט, אַז “קאַפּיטאַליזם פֿונקציאָנירט דורכן אײַנברעכן זיך”. דהײַנו, מען קען בשום-אופֿן נישט אויספֿירן, אַז עס רעדט זיך איצט וועגן דעם סוף פֿון קאַפּיטאַליזם, גאָר להיפּוך. דער קאַפּיטאַליסטישער קריזיס פֿאַרשטאַרקט נאָר די פֿריִערדיקע טענדעצן — נאָך דער מאָנאָפּאָליזירונג פֿון דער עקאָנאָמיע, קומט פֿאָר אַ פֿאַרברייטערונג דווקא פֿון סאָציאַלע קאָנטראַסטן, ווען דער מיטלשטאַנד ווערט מער פּראָלעטאַריזירט. אַזוי אַז די פּראָטעסטן קעגן דער קאַפּיטאַליסטישער שיטה, וואָס נעמען, למשל, אין זיך נישט אַרײַן די פֿילע אַרבעטנדיקע מאַסן אין ווײַטן מיזרח צי אין אינדיע, ווײַזן נישט באמת אָן אויף דער “אומפֿאַרמײַדלעכער רעוואָלוציע”, וואָס מאַרקס האָט אונדז אַלע צוגעזאָגט מיט אַ הונדערט פֿופֿציק יאָר צוריק. לכל-היותר רעדט זיך אין אײַנפֿירן נאָר אַ פּאָר פֿאַרריכטונגען אין דעם קאַפּיטאַליזם גופֿא, אָבער ס׳איז נאָך גאָר ווײַט פֿון איבערקערן די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.