ייִדן און שיך: אַ פֿאָלקלאָרישער קוק

אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך
אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.

איך בין אַ שוסטערל, גאָר אַן אַנטיק;
איך אַרבעט און אַרבעט און האָב קיין גליק.
איך אַרבעט בײַ טאָג, איך אַרבעט בײַ נאַכט.
קיין שיך האָב איך פֿאַר מיר נישט געמאַכט.

אוי, דו שוסטערל וואָס זשע ווילסטו?
אַרבעטן דאַרפֿסטו, און לײַדן מוזסטו,
אוי, דו שוסטערל באַווײַז דײַן חן —
און רײַס די דראַטווע מיט די ציין.

דאָס פֿאָלקסליד וואָס מײַן באָבע פֿלעג זינגען, האָט זי, אַפּנים, זיך אויסגעלערנט פֿו­נעם אַלטער שוסטער (אַזוי האָט ער געהייסן), דער שוסטער אין איר שטעטל זוויניעטשקע. די צוועקעס פֿלעגט ער האַלטן אין מויל בשעת ער האָט זיי אַרײַנגעקלאַפּט אין שוך און דער­בײַ געזונגען אָן אַ צאָל לידער.

פּראָפֿ׳ עדנה נחשון פֿונעם „ייִדישן טעאָ­לאָגישן סעמינאַר‟ באַמערקט, אַז דער שוך אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור האָט אַנט­וויקלט אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע סימבאָלן און ווערטן — פֿון די שיך וואָס די ישׂראלים האָבן געטראָגן בעת יציאת־מצרים, ביז די שוידער­לעכע בערג שיך פֿון די אומגעקומענע ייִדן אין די טויט־לאַגערן — אַז ס‘איז געקומען די צײַט צונויפֿצושטעלן אַ זאַמלונג עסייען, וואָס זאָל זיך פֿאַרטיפֿן אינעם ענין — שיך און ייִדן.

און אַזוי הייסט טאַקע דער באַנד Shoes and Jews וואָס איז אַרויס אין 2008, רעדאַק­טירט פֿון פּראָפֿ׳ נחשון. אין איר אַרײַנפֿיר צום באַנד שרײַבט נחשון וועגן דעם שוך בײַ ייִדן, און פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען מע לאָזט זיך אין דעם אַרײַן נעמט נישט קיין סוף. אָבער עט­לע­כע אינטערעסאַנטע עסייען שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿאָלקלאָר.

וועגן דעם דין אָדער מיצווה פֿון חליצה שרײַבט קאַטערין העזשער. די צערעמאָניע ווערט דערמאָנט אין חומש — דער שוואָגער, וועמענס ווײַב איז אים געשטאָרבן, באַ­פֿרײַט זיך פֿונעם חובֿ חתונה צו האָבן מיט דער שווע­גערין אויף אַ סימבאָלישן אופֿן: די שוועס­טער פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי נעמט אַראָפּ דעם שוך פֿון איר שוואָגער. אין דבֿרים כ״ה, דערציילט מען ווי די שוועסטער שפּײַט אויפֿן שוואָגער, און ער ווערט פֿאַרשעמט פֿאַר דער קהילה. דער אַספּעקט פֿון מבֿייש זײַן דעם מאַן איז פֿאַרלוירן געגאַנ­גען אין דער מיזרח־אייראָפּעיִ­שער קולטור. אַגבֿ, מײַן באָ­בע באַ­שרײַבט אַ גאַנץ אַנ­דער חליצה־צערעמאָ­ניע אין איר שטעטל, אין וועלכער די שוועס­טער האָט געדאַרפֿט אויפֿ­קניפּן אַ גאָר גרויסן קנופּ מיט הונדערטער קניפּ­לעך. ווען זי האָט דאָס גע­טאָן און דערבײַ נישט צע­רו­דערט געוואָרן, האָט זי זיך באַפֿרײַט פֿון דעם שוואָ­גער. דער מחבר­טעס אַנאַליז פֿון חליצה במשך פֿון יאָרהונדער­טער בײַ די אַשכּנזים און ספֿרדים איז קאָמפּלי­צירט און פֿאַסצינירנדיק. אין 1950 האָט מען אין מדינת־ישׂראל אין גאַנצן פֿאַרווערט חליצה, און בײַ די חסידים אין אַמעריקע קומט עס פֿאָר; אָבער זעלטן. פֿאַר מיר איז געווען אַ חידוש צו לייענען וועגן די ייִדישע מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון שיך אין דער אוקראַיִנע, וואָס ווערן באַשריבן פֿון רבֿקה פּאַרסיאַק אין איר אַרבעט. אַזוינע מצבֿות געפֿינט מען בײַ מענער, פֿרויען און קינדער און דער אַפּצאַס פֿונעם שוך ווערט געמאַכט צו קאָפּנס פֿונעם קבֿר. אין געוויסע בעת-עולמס זענען פאַראַן צענדליקער אַזוינע מצבֿות, און אין באַרדיטשעוו און מעזשביזש — הונדערטער.