ייִדן און שיך: אַ פֿאָלקלאָרישער קוק

אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך
אַ מצבֿה אויפֿן בית־עלמין אין בערדיטשעוו, אוקראַיִנע, געשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שוך

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערווײַל האָט קיינער נישט פֿאַרענטפֿערט די קשיא, פֿאַרוואָס אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שיך, און פּאַרסיאַק איז די ערשטע צו געבן אַ פּרוּוו צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי אַזאַ טראַדיציע איז אויפֿגעקומען. די עלטסטע שטיינער שטאַ­מען פֿון די 1840ער יאָרן, און די לעצטע פֿון די 1980ער יאָרן, לייגט פֿאָר פּאַרסיאַק די השערה, אַז די דאָזיקע מצבֿות האָבן זיך אָנגעהויבן באַ­ווײַזן נאָך 1840 ווײַל אין יענעם יאָר האָט גע­הערשט אַ משיחישע באַוועגונג, און די ראַיות זי ברענגט ווײַזן אָן אויפֿן סימבאָליזם פֿו­נעם שוך מיט דער גאולה און משיחס צײַטן. איך בין מסכּים מיט פּאַרסיאַק, אַז מסתּמא האָט די פֿאָרעם צו טאָן מיט דער גאולה און תּחית־המתים — כּמעט אַלע סימבאָלן פֿון טויט בײַ ייִדן האָבן אַ שײַכות מיט דעם, ווי מע לייענט אינעם אַלטן ספֿר „מעבֿר יבוק‟. אָבער אַ שאָד וואָס קיין מער דירעקטע, איבערצײַגעוו­דיקע ראַיה האָט זי נישט געפֿונען. פֿון דעסט­וועגן איז דאָס אַ גאָר פֿאַרכאַפּנדיקער קאַפּיטל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.

אַז מאיר קירשענבלאַט, ע״ה, דער טאַטע פֿון דער פֿאָלקלאָריסטקע פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט איז געווען אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע פֿונעם אַמאָליקן לעבן־שטיי­גער אין שטעטל איז נישט קיין סוד. דאָס בוך They Called Me Mayer July, געשריבן פֿון טאַטן און טאָכטער, האָט סײַ וויזועל, סײַ דורך רעקאָרדירטע זכרונות, מיט זיך פֿאָרגע­שטעלט אַן אויסגעצייכנטע עטנאָגראַפֿיע פֿונעם שטעטל.

אַ געבוירענער אין אַפּט, פּוילן, אין 1916, איז קירשענבלאַט אויפֿ­גע­וואַקסן אין דער וועלט פֿון שוסטערס. זײַן טאַטע איז גע­ווען אַ לעדער־סוחר, און מאיר געדענקט יעדן פּרט פֿון שוסטערײַ. אינעם עסיי „דער שטעטלדי­קער שוך: ווי צו מאַכן אַ שוך‟ דערציילט מאיר אין דער ערשטער פּער­זאָן וועגן די טיילן פֿון שוך, די מינים שוך, און דעם פּראָצעס פֿון מאַכן אַ שוך. נישט נאָר דערציילט ער, נאָר ער אילוס­טריט זײַנע ווערטער אין זײַן פֿאָלקסקינסטלע­רישן סטיל. פֿאַר די יונגע לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַ­טור, וואָס פֿאַרשטייען נישט דעם חילוק צווישן אַ שוס­טער און אַ קאַמאַשן־מאַ­כער, רעקאָמענדיר איך די אַרבעט ספּעציעל.

אין פּראָפֿעסאָר ראָבערט ראָטשטיינס אַנאַ­ליז פֿון שוך־פֿאָלקלאָר אויף ייִדיש באַטראַכט ער ווערטלעך און לידער. ראָטשטיין, אַ סלאַוויסט, קען גוט די סלאַווישע שפּראַכן און קען דעריבער פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן פֿאָל­קלאָר מיטן אוקראַיִנישן און פּוילישן אויף דער טע­מע. צווישן די ווערטלעך, רעכנט ער אויס „זײַ מיר ניט קיין פֿעטער, און קויף מיר ניט קיין שיך‟ (דאָס הייסט, זײַ מיר נישט אַזוי פֿרײַנדלעך) און דער מער באַקאַנטער „קיינער ווייסט ניט, וועמען דער שוך קוועטשט, נאָר דער וואָס גייט אין אים‟. אַ כּלל, דער שוך און שוסטער זענען אַוודאי פֿאַרשפּרייטע מאָטיוון אינעם ייִדישן שפּראַך־פֿאָלקלאָר, אָבער מיר דאַכט, אַז דער שנײַדער פֿאַרנעמט אַ גרעסע­רע ראָלע אין אים.

כּדאַי צו דערמאָנען נאָך אַן עסיי וועגן פֿאָל­קלאָר אינעם באַנד, אָבער נישט דווקא ייִדישן פֿאָלקלאָר. דער געדאַנק פֿונעם „וואַנדערנדיקן ייִד‟ האָבן די ייִדן איבערגענומען פֿון דער קריסטלעכער לעגענדע, אין וועלכער מע דער­ציילט וועגן דעם ייִד, אַ שוסטער, וואָס האָט נישט געלאָזט יעזוסן רוען אויפֿן וועג צו דער קרייציקונג, און איז דערפֿאַר פֿאַרשאָלטן גע­וואָרן צו אייביקער וואַנדערונג. שעלי צער־ציון באַטראַכט די פֿאַרשיידענע ייִדישע גילגולים פֿונעם „וואַנדערנדיקן ייִד‟.

„ייִדן און שיך‟ איז אַ ריזיקע טעמע, אָבער די רעדאַקטאָרשע עדנה נחשון האָט אויסגע­קליבן אינטערעסאַנטע עסייען אַרײַנצונעמען אינעם באַנד.