י״ט כּיסלו און אַרכיטעקטור־סימבאָליזם פֿונעם "מלך־דעמיורג"

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.
פּעטראָפּאַוולאָווסקע פֿעסטונג
פּעטראָפּאַוולאָווסקע פֿעסטונג

דאָס וואָרט „דעמיורג‟, וואָס אויף גריכיש מיינט „אַ האַלבער גאָט”, מיינט אין געוויסע פֿאַלן, גײַסטיקע טראַדיציעס, דעם מנהיג פֿון עולם־הזה, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בייזער פּאַרשוין, אַ מין פֿינצטערער שאָטן פֿונעם אמתן גאָט. דער צוועק פֿון אַ מיס­טישן גאולה־העלד איז צו פֿאַרשפּרייטן גע­היימע ידיעות, וועלכע קאָנען העלפֿן דעם מענטש צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם בייזן מלך. כּדי צו באַקומען דעם דאָזיקן געמיינעם דעת, מוז מען צומאָל אַרײַנדרינגען אין דער סאַמע נעסט פֿונעם דעמיורג, נישט געקוקט אויף גרוי­סע סכּנות און נסיונות.

על־פּי־קבלה, איז נאָך דעם חטא פֿון אָדם־הראשון די מאַכט איבער ס׳רובֿ זאַכן אין עולם־הזה אַריבער צום מלאך סמאל, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ מעכטיקער און געפֿער­לעך בייזער וועלט־פֿירער.

אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? די וואָך, דעם נײַנצנטן טאָג פֿונעם חודש כּיסלו, פּראַ­ווען די ליובאַוויטשער חסידים אַ גרויסן יום־טובֿ; דאָס איז דער טאָג, ווען דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, רבי שניאור־זלמן, איז אַרויס פֿון דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעס­טונג אין פּעטערבורג, נאָך אַ 53־טאָגיקן אַרעסט. די מתנגדים האָבן אים געמסרט, כּלומרשט, ווי אַ שטיצער פֿון דער טערקישער אימ­פּע­ריע. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן י״ט כּיסלו ווי „די ראָש־השנה פֿון חסידות”. דעם רבינס אַרעסט און זײַן באַרפֿרײַונג האָט מוליג גע­ווען אַ ריזיקע טראַדיציע פֿון פֿאָלקלאָר און טיפֿע מיסטישע מעשׂיות. אינעם רוסישן פֿאָל­קלאָר, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאַראַן אַ רײַכע מיטאָלאָגיע וועגן פּעטערבורג. ווי עס דער­קלערן די הײַנטיקע היסטאָריקער און ליטעראַ­טור־קריטיקער, איז פּעטערבורג היסטאָריש און קאָנצעפּטועל פֿאַרבונדן מיט רוים; ביידע שטעט ווערן באַטראַכט ווי שאַפֿונגען און פּאַ­לאַצן פֿון אַ מלך־דעמירוג. ס׳איז אינטערע­סאַנט, אַז די דאָזיקע מיטאָלאָגיע שפּילט זיך אָפּ אויך אין ייִדישקייט.

צו דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט זע­נען בײַ ייִדן תּמיד געווען געמישטע געפֿילן, ווי עס ווערט שוין דערמאָנט אין גמרא. איין תּנא, רבי יהודה בר אילעאי, האָט געלויבט די רוי­מער פֿאַר זייערע שיינע מערק, בריקן און בע­דער. רבי שמעון בר יוחאי האָט אים געענט­פֿערט, אַז די דאָזיקע פּראַכט איז אויפֿגעשטעלט גע­וואָרן בלויז צוליב עגאָיִסטישע צוועקן: די מערק — כּדי אַרײַנצוברענגען זונות; די בריקן — כּדי צו זאַמלען די שטײַערן; און די בעדער צו­ליב דעם איבעריקן לוקסוס. פֿאַר אַזעלכע ווער­טער האָט די רוימישע מאַכט געהייסן צו דערהרג­נען רבי שמעונען. ער האָט געמוזט זיך אויסבאַ­האַלטן דרײַצן יאָר אין אַ הייל, וווּ ער האָט משׂיג געווען די קבלה־סודות, וועלכע זענען אַרײַן אינעם „ספֿר־הזוהר‟.

די איטאַליענישע ייִדן האָבן זיך אָפֿט באַ­צויגן צו זייערע שטעט מיט ליבשאַפֿט. אַדרבה, זייערע כּתובות און אַנדערע קונסט־ווערק זענען פֿול מיט סימבאָלן פֿון דער אָרטי­קער אַר­כיטעקטור און סקולפּטור. פֿון דער אַנדע­רער זײַט, ווערט דער דערמאָנטער בייזער מלאך סמאל באַטראַכט ווי דער מנהיג פֿון רוים. לויט די אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים, וועט פֿון דאָרטן אַרויסקומען דער בייזער מלך אַרמילוס, אַ מין „ייִדישער אַנטיקריסט‟. דער באַרימטער פּאָעט ווערגילי האָט, לויט די לעגענדעס, געשאַפֿן אין רוים אַ שטיינערנע סטאַטוע פֿון אַ פֿרוי, וועל­כע זעט אויס אַזוי שיין, אַז דער שׂטן אַליין איז אַרײַן מיט איר אין אַן אינטימער באַציִונ­ג; אָט פֿון אַזאַ זיווג קומט דער טײַוולאָני­שער אַרמילוס, אַ שטיינערנער מאָנסטער, וואָס זײַן נאָמען שטאַמט פֿון ראָמולוס, דער לעגענדאַ­רער גרינדער פֿון רוים. פֿונדעסטוועגן, ווערט רוים אויך באַטראַכט ווי אַ משיחישע שטאָט. די גמרא זאָגט, אַז משיח זיצט צווישן די אָרעמע־לײַט בײַ די רוימער טויערן און וואַרט, ווען עס וועט קומען זײַן צײַט אַרײַנצוקומען. דער מקובל רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא האָט זיך געלאָזט אינעם יאָר 1280 קיין רוים, האָפֿנדיק מגייר צו זײַן דעם פּויפּסט. ס׳זעט אויס, אַז אַבולעפֿיא האָט געהאָפֿט צו ווערן משיח און באַטראַכט דעם פּלאַנירטן גיירות פֿונעם קריסטלעכן הויפּט־פֿירער, ווי אַ מיסטישן אַקט, וואָס וועט ברענ­גען די גאולה. דער פּויפּסט, וועלכער האָט געהייסן צו פֿאַרברענען דעם ייִד, איז פּלו­צעם געשטאָרבן פֿון אַפּאָפּלעקסיע. צוליב דעם, איז דער מקובל אָפּגעקומען בלויז מיט אַ חודש תּפֿיסה. די לעגענדעס דערציילן וועגן אַבולעפֿיאס שפּאַצירן דורך געוויסע טויערן פֿון רוים, וואָס האָט, אַפּנים, עפּעס אַ מיסטישן באַדײַט.

פֿאַר די ליובאַוויטשער, האָט דעם רבינס אַרעסט געהאַט אַ בפֿירוש משיחישן טעם. פּע­טערבורג איז „ירושלים דקליפּה” — די פֿאַר­קערטע זײַט פֿון ירושלים. דער קיניג פּיאָטר האָט פֿאַר זיך געשאַפֿן אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם הימלישן מלכות־שמים, אַ נײַע „אייביקע שטאָט‟, אַ פֿאַרבעסערטע ווערסיע פֿון רוים, ווי אַ צענטער פֿון זײַן אימפּעריע. אַ צדיק קאָן זיך אָבער אַרײַנקוקן אין דער אַרכיטעקטור פֿון דער שטאָט און דערזען הינטער דעם שאָ­לעכץ פֿון דער סיטרא־אַחרא די סודות פֿון הוי­כע רוחניותדיקע וועלטן.

אין זײַנע „רשימות”, גייט דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאור­סאָן, נאָך טיפֿער אַרײַן אין דער דאָזיקער טעמע. פּע­טערבורג טראָגט דווקא אַזאַ נאָמען, ווײַל דאָס איז גופֿא אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם הייליקע שמות. ס׳איז געווען אין מיטל־עלטער אַ רבֿ, וועל­כער האָט געהייסן רבינו פּטר; ווי אַזוי קומט אַזאַ נאָמען צו אַ ייִד, בלײַבט אומקלאָר. דאָס איז אָבער אַ ראיה, לויט דעם ליובאַווי­טשער רבין, אַז פּעטער קאָן זײַן אויך אַ היילי­קער נאָמען. רבי שניאור־זלמנס טאַטע האָט גע­הייסן ברוך; ממילא, קאָן מען אָפּטײַטשן דאָס וואָרט „פּעטערבורג” ווי צוויי הייליקע ייִדישע נע­מען: פּטר־ברוך.

רבי שניאור־זלמנס מאַמע האָט געהייסן רבֿקה. דער דאָזיקער נאָמען ווערט אַסאָציִיִרט, על־פּי־קבלה, מיט דער פֿירעקיקער סטרוקטור פֿו­נעם הימלישן כּסא־הכּבֿוד. דער פּעטער­בור­גער גאַסן־פּלאַן האָט טאַקע אַן אוניקאַלע פֿירעקיקע פֿאָרעם, ווײַל פּיאָטר דער גרויסער האָט געוואָלט צוגעבן זײַן שטאָט אַ הימלישן טעם. דער אַלטער רבי, אַ דאַנק דעם זכות פֿון זײַן מאַמען, האָט אײַנגעזען אין דער דאָזי­קער שטאָטישער פּלאַנירונג די סודות פֿונעם כּסא־הכּבֿוד; אַזוי קאָן מען אָפּטײַטשן דעם ליובאַוויטשער רבינס מיסטישע באַמערקונגען.

אין אַן אַנדער ווערק, דערקלערט דער ליובאַוויטשער רבי, אויף אַן ענלעכן אופֿן, אויך די סודות פֿון רוים — רומי, אויף לשון־קודש. הגם די דאָזיקע שטאָט קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ צענטער פֿון דער סיטרא־אַחרא, שטאַמט אָבער איר נאָמען פֿונעם וואָרט „התרוממות”, די דערהויבנקייט פֿון מלכות־שמים. ס׳איז פֿאַ­ראַן אַ הייליקער רוים, די הימלישע אינער­לע­כע זײַט פֿון דער שטאָט.

די דאָזיקע צוויי שטעט, פֿאַרבונדן מיט אַ סך קולטורעלע פֿעדעם, ווערן באַטראַכט, מיטאַמאָל, ווי בייזע און משיחישע. נאָכן פֿאַל פֿון די אַכזריותדיקע אימפּעריעס מיט זייע­רע מערדערישע „דעמיורגן” — אָדער, גיכער דווקא אַ דאַנק דער עצם־מפּלה פֿון דער בייזער מאַכט — קאָנען מיר אָבער הײַנט אַרומשפּאַצירן אויף די רוימער און פּעטערבורגער גאַסן, אָפּ­שאַצן זייער פּראַכט און אַפֿילו דערפֿילן דאָרטן אַ טעם פֿון קדושה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.