ייִדיש־טעאַטער לעבט אין מאָנטרעאָל

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.
סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט
סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט

אָט האָב איך זיך די טעג אַרײַנגעכאַפּט קײן מאָנטרעאָל, אין קאַנאַדע, צו כאַפּן אַ בליק װאָס ס׳טוט זיך דאָרט לגבי ייִדיש־טעאַטער אױף ייִדיש. קודם און צום אַלעם ערשטן בין איך געװען אַרומגערינגלט פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה, מיט מענטשן װאָס נישט נאָר רעדן זײ אַ געשמאַקן ייִדיש; נאָר זײ קענען גוט די ייִדי­שע װעלט און זײַנען אַרײַנגעטאָן אין איר מיט לײַב און לעבן. בין איך טאַקע אײַנגעשטאַ­נען בײַ דער משפּחה גאָנשאָר, אַהרון און חנה; ער אַ דאָקטער און זי — אַ ייִדיש־לערערין אין מעקגיל־אוניװערסיטעט.

דערװײַל האָב איך זיך דערװוּסט, אַז ברײַ­נע װאַסערמאַן, װעלכע האָט יאָרן־לאַנג אָנגע­פֿירט מיטן „סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט” אין מאָנטרעאָל, האָט דאָרט באַקומען גרױס אָנערקענונג און לױבגעזאַנגען פֿאַרן אָנ­פֿירן סײַ מיטן ייִדישן און סײַ מיטן ענגלישן טעאַ­טער. איר רעפּערטואַר איז לעצטנס באַ­שטאַ­נען פֿון אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אױף ייִדיש װי: „שװער צו זײַן אַ ייִד,” „ליגנס װאָס מײַן טאַטע האָט מיר דערצײלט,” די מוזיקאַלי­שע פֿאָרשטעלונג „דער מאַן פֿון לאַ־מאַנשאַ,” „דער דיבוק,” „הודיני,” „אױף סעקאָנד־עװעניו,” „פֿידלער אױפֿן דאַך,” און אַלץ אױף ייִדיש.

פֿאַראַיאָרן האָט ברײַנע װאַסערמאַן אָרגאַ­ניזירט אַ פֿעסטיװאַל פֿון פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, פֿאָרלעזונגען און געזאַנג, און פֿאַר­בעטן ייִדישע קינסטלער, זינגער, לעק­טאָרן פֿון דער גאַנצער װעלט. די גראַנדיעזע אונ­טער­נעמונג איז אַדורכגעפֿירט געװאָרן אױף דער העכסטער מדרגה פֿון ייִדישער קונסט. ס׳איז ממש אַ גרױס געװינס פֿאַר דער „פֿאָלקסבי­נע” אין ניו־יאָרק זי אַרײַנצובאַקומען. ברײַ­נע איז די טאָכטער פֿון דאָראַ װאַסערמאַן. מאַ­מע און טאָכטער האָבן צענדליקער יאָרן זיך פֿאַר­נו­מען מיט ייִדיש־טעאַטער. דער אמת איז, אַז מען דאַרף צוגײן צום ענין ייִדיש־טעאַטער מיט איבערגעגעבנקײט צו ייִדיש־לשון, צו ייִדי­שער קונסט, צו ייִדישער קולטור בכלל.

ערנסט און מיט אַן אױג אױף דער צו­קונפֿט, האָט מען אין מאָנטרעאָל אױסגעשולט אַ ייִנגערן דור אין דער קונסט פֿון טעאַטער־שױשפּיל און הײַנט האָבן זײ איבערגענומען דאָס רעדל און פֿירן װײַטער דאָס טעאַ­טער אױף ייִדיש.

האָט ברײַנע טאַקע פֿאַרלאָזט מאָנט­רעאָל, אָבער דאָס ייִדישע טעאַטער לעבט, װײַל ס׳איז נישט מער װי אַן אײן־שעהיִקע רײַ­זע מיטן עראָ­פּלאַן קײן מאָנטרעאָל כאַפּט זי זיך אַרײַן פֿון צײַט צו צײַט אַרױסצו­העלפֿן מיט דער רעזשי. אָבער די חבֿרה ליבהאָ­בער פֿון ייִדישן טעאַ­טער האָבן שױן צוגעגרײט אַ פּראָגראַם אױף אונדז געזאָגט. איז הערט. „די קאָמעדיאַנטן,” ייִדישע איבערזעצונג מרים האָפֿ­מאַן, „די שװע­גערינס,” פֿון מײַקל טרעמבלײ, אַ סעריע ייִדי­שע מוזיקאַלישע פֿאָר­שטעלונ­גען סײַ פֿאַר קלײנ­װאַרג און סײַ פֿאַר יונגװאַרג. אָט האָט איר אַ פּראָגראַם אױף להבא װאָס פֿאַרן הײַנ­טיקן יאָר קען עס זיך נישט פֿאַר­שע­מען.

זיץ איך אַזױ צװישן עולם, מיטליעריקע, יונגע און עלטערער דור ייִדן, אַלע שעפּן נחת פֿון ייִדישן טעאַ­טער אױף ייִדיש. מען שפּילט יענעם אָװנט ניל סײַמאָנס „די קאָ­מעדיאַנטן,” און דער עולם קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער, ממש האַלטן זיך בײַ די זײַטן. די הױפּט־ראָליסטן זײַנען אַהרון גאָנטשאַר און סעם שטײן. דער דאָקטער־„סקעטש” צעלײגט דעם עולם. דער אמת איז, אַז אױף ייִדיש איז עס אַ סך קאָמישער װי אױף ענגליש. נאָך אַלעמען, די ענגלישע קאָמעדיע קען מען נישט אַװעקמאַכן מיט דער האַנט, אָבער אױף ייִדיש, און אַהרון גאָנטשאַרס פּױלישער ייִדיש האָט ממש צעלײגט דאָס הױז פֿאַר געלעכטער. אַ חוץ אַהרונען און סעם סטײן, נעמען אָנטײל בען גאָנטשאַר, סינטיאַ פֿיש, ריטשאַרד מאַרץ, פֿישל גאָלדיג און פֿיל בוך. אַלע, אַלע װאָס האָבן אָנטײל גענומען האָבן זיך אױסגעצײכנט. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד; אױף אונדז געזאָגט געװאָרן. אַזאַ שטאָט װי ניו־יאָרק, מיט אַן ערך צוויי מיליאָן ייִדן, האָט זיך אין די קרובֿ נײַנציק יאָר נישט געקענט דאָביװען צו אַן אײגן ייִדיש־טעאַטער; אַן אײגן װינקל, אַן אײגענע בינע, און דאָס איז נישט װײַל ס׳האָט געפֿעלט געלט. ס׳האָט געפֿעלט דאָס געפֿיל, אַז ייִדיש איז אַ גאַנגבאַרע סחורה. און איך האַק אַרײַן אין די קעפּ פֿון מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע אַז „ענגליש איז נישט קײן ייִדי­שע שפּראַך.”

מען האָט אומגעבראַכט ייִדיש בײַ סטאַלי­נען, מען האָט פֿאַרברענט זעקס מיליאָן ייִדן װאָס ס׳רובֿ פֿון זײ האָט זיך געכאָװעט אױף מאַמע־לשון. זאָל עס בלױז אין אַמעריקע נישט זײַן? װי קען דאָס זײַן? עס דערמאָנט מיך אין אַהרון צײטלינס ליד „מאָנאָלאָג אין פּלײנעם ייִדיש,” און איך כאַפּ אַרױס אַ סטראָפֿע:

„(…) טאַקע פֿאַרברענט?

טאַקע „פּלײן” און „סימפּל” פֿאַרברענט?

(…) „אײַ סימפּלי קענט אַנדערסטענד.”

(…) נאָר װי זאָגט מען? „טײק איט איזי.”

„נעװער מײַנד” די טרערן אין מײַן קול:

װי לאַנג די מתים לעבן —

מוזן זײ מאַכן אַ לעבן —

„דעטס אָל!”

אַהרון צײטלין האָט אין זײַן צײַט חוזק געמאַכט פֿון די אַמעריקאַניזירטע ייִדן, פֿון זײער געמיש פֿון ענגליש מיט ייִדיש, אָבער דאָס ייִדישע האַרץ איז נאָך געװען דערבײַ פּונקט װי עס האָט פֿריִער געטאָן איציק מאַנגער מיט די דײַטשע ייִדן אין זײַן פּאָעמע „חנהלה די יתומה,” און „ראָדע־ראָדע־ראַנע, די שײנע מיאוסע פּאַננע,” די אַסימילירטע פּאָלאָניזירטע ייִדן.

אַנטקעגן װאָס ברענג איך אײַך די צי­טאַטן? אַנטקעגן דעם, װאָס אונדזער פֿאַרזײ איז אײַנגעשטאַנען אין גײַציקע הענט װאָס האָבן געמאַכט אַ געזונט לעבן פֿון אונדזער ייִדיש און צעטרענצלט ייִדיש געלט.

ענגליש איז נישט קײן ייִדישע שפּראַך!!! מען דאַרף זיך אײַנשטעלן פֿאַר ייִדיש, צי דאָס איז דער „פֿאָרװערטס” װאָס קעמפֿט מיט אײַזער­נע כּוחות אױפֿצוהאַלטן אונדזער לשון, צי דאָס איז מאָנטרעאָל, װאָס איז אײַנגע­שפּאַרט און פֿאַרשטײט אַז טעאַטערס פֿעלן נישט סײַ אױף ענגליש און סײַ אױף פֿראַנצױ­זיש, און אַפֿילו אין ישׂראל, װוּ ייִדיש איז אײַנגע­שטעלט מיטן לעבן. דאָרט שטעלט זיך אײַן שמואל עצמון מיט לײַב און לעבן עס זאָל עקזיסטירן „ייִדישפּיל.”

מיר ראַנגלען זיך מיט אַלע כּוחות, נישט נאָר נישט אָנצוּװערן אונדזער לשון, נאָר צו­ציִען און צוקריגן טאַקע אמתדיקע טאַלאַנטן, װאָס געפֿינען זיך נאָך אַרום אונדז, און קענען נאָך דערלאַנגען די אמתע ייִדישע סחורה.

און איצט צוריק צום ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל. זײ פֿאַרמאָגן נאָך ברײַנען, זײ פֿאַר­מאָגן אַהרון גאָנשאָרן. זײ פֿאַרלאָזן זיך אױף דער איבערגעגעבענער מיטאַרבעטערין װי עדיט קופּער, רעדט ייִדיש װי אַ װאַסער און שטעלט זיך אײַן פֿאַר יעדן טריט פֿונעם ייִדישן טעאַ­טער. בין איך זײ מקנא, מקנא זײערע כּוחות װאָס שטעלן זיך אײַן פֿאַר ייִדיש בייִדיש.