אַ ווינטער-יאַזדע קיין מאָסקווע

בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ „די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַ­צישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד”
בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ „די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַ­צישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

אין מאָסקווע האָב איך אַ מאָל אָפּגעוווינט אַריבער פֿופֿצן יאָר, און אָט די גאַנצע צײַט האָב איך פֿײַנט געהאַט די לאַנגע פֿינצטערע ווינטער-חדשים. די שטאָט זעט אויס גאָר אַנ­דערש, ווען ס׳איז וואַרעם. די פֿראַגע איז ניט נאָר ווי זי זעט אויס, אָבער ווי דו פֿילסט זיך אין דעם דאָזיקן בילד. און איך, אַ קינד פֿון מער וואַרעמע, אוקראַיִנישע, מקומות, האָב זיך געפֿילט זייער ניט היימיש — תּמיד פֿאַרפּעלצט און אָפֿט מאָל פֿאַרשוויצט. בפֿרט נאָך אַז אין די מעטראָ-וואַגאָנען איז זייער וואַרעם, אַפֿילו הייס. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרן מיט אַן אויטאָ, אָבער איך פֿלעג עס נוצן זעלטן — נאָך אַ שניי דאַרפֿסטו דעם אויטאָ אויסגראָבן און דערנאָך לאָזן זיך אין וועג אַרײַן איבער די גליטשיקע גאַסן, וואָס איז אויך אַ קליינער פֿאַרגעניגן.

הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוס­לאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינ­טער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָר­ציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער.

און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעג­לעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסק­ווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער „אינטערנאַציאָ­נאַ­לער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָ­גיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה”, וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן גע­וואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוני­ווער­סיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן „עקאָנאָמישן” נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט גע­האַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי.

איצט וועגן דער טעמע. זי האָט געקלונ­גען אַזוי: „די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַ­צישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד”. מע האַלט, אַז אויף אַזאַ אופֿן איז צום ערשטן מאָל איבערגעמישט געוואָרן דער אַקאַדעמישער עולם, וואָס פֿאָרשט דעם חורבן און די אַנדע­רע פֿראַגן פֿון דער מלחמה. דער עולם גופֿא איז געקומען אַ גרויסער: 70 אָנטיילנעמער פֿון רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַ­דע, פֿראַנקרײַך, שוועדן, נאָרוועגיע, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע, עסטרײַך, ישׂראל, פּוילן, אוק­ראַיִנע, רומעניע און מאָלדאָווע. אַזאַ רשימה שטייט אין דעם פּרעסרעליז פֿון די אָרגאַ­ניזאַטאָרן. אָבער איך בין ניט זיכער, צי זי איז אַ פֿולע, ווײַל אין אַעראָפּאָרט בין איך צופֿעליק גע­פֿאָרן צוזאַמען מיט אַן אָנטיילנעמערין, וועל­כע שטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד, אַרבעט אין פֿלאָרענץ, אָבער וווינט אין דער שווײץ. אין דער ערשטער זיצונג האָבן זיך באַטייליקט די אַמ­באַסאַדאָרן פֿון דײַטשלאַנד און קאַנאַדע, ווי אויך הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער און פֿראַנצויזישער אַמבאַסאַדעס.

גרויסע קאָנפֿערענצן האָבן מעלות און חסרונות. ס׳איז דאָך ווי מיט אַ חתונה — מע קען עס מאַכן נאָר פֿאַר די „אייגענע” און מע קען פֿאַרבעטן אויך ווײַטע קרובֿים און באַקאַנ­טע. צווישן די „ווײַטע” קען זיך אויסזוכן אַ יחיד, וואָס וועט אָפּסמען צי אונטערסמען דעם יום-טובֿ, אָבער עס קען זײַן אויך אַנדערש: דווקא אַ „ווײַטער” וועט אַרײַנברענגען אין דער געשעעניש מער יום-טובֿדיקייט. קיין „אָפּ­סמערס” האָב איך בעת דער מאָסקווער קאָנ­פֿע­רענץ ניט באַמערקט, כאָטש אייניקע רע­פֿע­ראַטן זײַנען געווען שוואַכער פֿון דעם אַלגע­מיי­נעם ניוואָ. גלײַכצײַטיק האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען מיט אַ צאָל אינטערעסאַנ­טע פֿאָרשערס, וועלכע איך האָב פֿריִער ניט גע­קאָנט.

באַזונדערס וויכטיק איז די קאָנפֿערענץ געווען, אַ פּנים, פֿאַר די מיזרח-אייראָפּעיִשע אָנטיילנעמער. בדרך-כּלל, בלײַבן זיי נאָך אַלץ היפּש אָפּגעריסן פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט מחוץ דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אייניקע קענען שוואַך ענגליש. אָבער אַפֿילו אויב זיי האָבן ניט קיין ערנסטע לינגוויסטישע שוועריקייטן, בלײַבט זייער צוטריט צו דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור באַגרענעצט. זייער ווייניק אוניווערסיטעטן אין יענעם טייל פֿון דער וועלט האָבן אַ צוטריט צו די עלעקטראָ­נישע אוצרות פֿון אויסלענדישע צײַט­שריפֿטן. איך ווייס עס זייער גוט, ווײַל מײַנע פֿרײַנד פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע בעטן מיך פֿון מאָל צו מאָל צושיקן עפּעס אַן אַרטיקל, וואָס איך קען קריגן אין משך פֿון עטלעכע מינוט, און פֿאַר זיי איז עס אַ גאַנץ געשעפֿט.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ באַזוך אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי. איך ווייס, אַז וועגן דעם מוזיי וועט אין דער צײַ­טונג גיין אַ באַזונדערער מאַטעריאַל. דאָך וועל איך זיך דערלויבן אַרײַנצושטעלן עטלע­כע שורות וועגן אָט דער וויכטיקער געשעעניש. ס׳איז טאַ­קע אַ געשעעניש, כאָטש איך האָב זייער אַ סך טענות צו דעם היסטאָרישן און אידעאָלאָגישן אינ­האַלט, אַרײַנגע­רעכנט אויך דאָס, וואָס מע האָט גע­מאַכט פֿון מײַ­נע אינטערוויוען פֿאַרן מוזיי אינעם פּרט, וואָס מע האָט פֿון זיי אויסגעקליבן און וואָס מע האָט ניט אַרײַנגענומען. אָבער, דער עיקר, האָט דער מוזיי קלאָר געוויזן דעם טריומף פֿון דער חב״דיזאַ­ציע פֿון רוסלענדישן ייִדנטום. דער חב״ד האָט איצט אין מאָסקווע אַזאַ ברייט-אַנט­וויקל­טע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס מאַכט זייער נעבעכ­דיק אַלע אַנדערע עלעמענטן פֿון דעם היגן ייִדישן לעבן. קיין חידוש ניט, אַז די רעגירונג רעכנט זיך מיט זיי און באַמערקט, דאַכט זיך, זייער ווייניק די עטלעכע ייִדישע קיבעצאַר­ניעס מיט גרויסאַרטיק קלינגענדיקע נעמען. די וועטשערע, וואָס האָט געשלאָסן די קאָנפֿערענץ, איז געווען אין דעם גרויסן בנין פֿון חב״ד, ניט ווײַט פֿונעם מוזיי. די מוזיקער האָבן געשפּילט ייִדישע ניגונים, סאָוועטישע לידער און ראָק־און-ראָל. און גלײַך ווי בכּיוון, האָט מען אין דעם זעלבן זאַל געפֿײַערט דעם 90־יאָריקן יובֿל פֿון אַ יעקבֿ באָריסאָוויטשן, אַ שטורמאַן (נאַוויגאַטאָר) פֿון אַ באָמבאַר­דיר-עראָפּלאַן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַזוי אַז די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען ניט אינגאַנצן אַ היסטאָרישע.