פֿרויען, קינדער און קאָמפּיוטער־קאָד

סאָפֿי ווילסאָן, די שאַפֿערין פֿון די קאָמאַנדעס אינעם „אַרם”־פּראָצעסאָר
סאָפֿי ווילסאָן, די שאַפֿערין פֿון די קאָמאַנדעס אינעם „אַרם”־פּראָצעסאָר

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

מיט צוויי חדשים צוריק איז אין באַלטי­מאָר דורכגעפֿירט געוואָרן די צווייטע יערלע­כע קאָמפּיוטערײַ־קאָנפֿערענץ „דער טאָג פֿונעם אָפֿענעם קאָד אויפֿן נאָמען פֿון גרייס האָפּער”, ווי אַ טייל פֿון די „גרייס האָפּער פֿײַערונ­גען” (Grace Hopper Celebration of Women in Computing), וועלכע שטעלט דעם ציל צו ווײַזן דער וועלט, אַז פֿרויען שפּילן אַ וויכטיקע ראָ­לע אין קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און צו העלפֿן די פֿרויען צו פֿאַרנעמען אַ גרעסער אָרט אין דער הײַנטיקער עלעקטראָנישער אינדוסטריע.

דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיו­טע­רײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמ­פּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּע­טער טאַ­קע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסט­קעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמע­ריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַ­ניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנ­טע סטע­רעאָ­טיפּן.

די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער „העקער”־באַוועגונג, וועל­כע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, וויי­ניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטע­רעאָ­טיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַר­ברע­כער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעל­כע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומ­אָפּ­הענ­גי­קייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָ­גראַ­מען פֿאַר­שפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגי­נעלן קאָד, וועלכער דערמעג­לעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָ­גראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס. רי­טשאַרד סטאָל­מאַן, איינער פֿון די הויפּט־העלדן אין דער דאָזיקער באַוועגונג, האָט צוגעטראַכט אַ ספּע­ציעלע קאַפּיוערדיקע „קאָפּילעפֿט”־לי­צענץ, וועל­כע גיט די באַנוצער פֿון די פּראָ­גראַ­מען דאָס פֿולע רעכט צו טאָן מיט זיי וואָס מע וויל, אָבער פֿאַרווערט צו פֿאַרוואַנדלען זיי אין אַ פֿאַר­מאַכטער קאָמערציעלער סחורה. צוליב דעם, פֿאַרשפּרייטן זיך אין דער וועלט טויזנ­טער אומ­זיסטע און אינגאַנצן אָפֿענע פּראָגראַמען.

דער פּראָגראַמירלעכער קאָלקולאַטאָר ״HP-50g״
דער פּראָגראַמירלעכער קאָלקולאַטאָר ״HP-50g״

דאָס מיינט נישט, אַז אַזעלכע פּראָגראַ­מען ווערן קיינמאָל נישט פֿאַרקויפֿט פֿאַר געלט. אַדרבה, מע פֿאַרקויפֿט זיי אין די הויפּט­שטראָ­מיקע קאָמפּיוטער־קראָמען. הגם די פּראָ­גראַם גופֿא קאָסט נישט קיין געלט, באַצאָלט מען פֿאַרן שיינעם קעסטל, דאָקומענטאַציע־בי­כער און טעכנישער הילף. די שאַפֿער ווערן באַ­צאָלט פֿאַר זייער מי און פֿיזישער פּראָדוק­טיוו­קייט, אָבער נישט פֿאַרן פֿאַרקויפֿן זייער „אינטע­לעקטוע­לע אייגנטום”. אַזאַ צוגאַנג צו קאָמפּיוטע­רײַ האָט אַ סך מעלות, ווײַל פֿאַר אַ פּראָגראַ­מיסט אָדער וויסנשאַפֿטלער זענען נישטאָ קיין סודות און פּאַטענטן, וועלכע באַגרענעצן די פֿאָר­שונג און אַרבעט.

אויף די אָפֿענע פּראָגראַמען איז פֿאַק­טיש באַגרינדעט די גאַנצע אינטערנעץ; זיי ווערן אויך ברייט באַנוצט אַרום דער וועלט — למשל, נישט געקוקט אויף אַלע פּראָגרעסיווע אידעען, האָט זיך אַרום דער באַוועגונג פֿאַר אומזיס­טע פּראָ­גראַ­מען געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ פֿרויען פֿילן זיך צו­מאָל אומבאַקוועם, צו­ליב דער גרעבלע­כער באַ­ציִונג פֿון די מענער. די קאָלעגן באַ­ציִען זיך איינעם צום צווייטן ווי אַ „נאַשבראַט”, וואָס העלפֿט אָנצוהאַלטן אַ ברידערלעכע ענטו­זיאַס­טישע אַטמאָס­פֿער, אָבער נישט תּמיד איז עס פּאַסיק צווישן מע­נער און פֿרויען. דערפֿאַר זענען ספּיציעלע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס פֿאַר אָפֿע­נע פּראָגראַמען טאַ­קע אַקטועל.

גרייס האָפּער, לכּבֿוד וועלכער מע האָט אָנגערופֿן די יערלעכע סעריע פֿון פֿרויען־קאָנ­פֿערענצן, GHC, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, אַ קאָמ­פּיוטער־וויסנשאַפֿטלערין און אַ הויכ­ראַנגיקע אַפֿיצירין — אַן אַד­מיראַל — פֿונעם אַמע­ריקאַנער ים־פֿלאָט. זי האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם שאַפֿן איינעם פֿון די ערשטע קאָמפּיוטערס אין דער וועלט, „האַר­וואַרד מאַרק־איינס”, בעת דער צוויי­טער וועלט־מלחמה.

אינעם יאָר 1944 האָט דער דאָזיקער קאָמ­פּיו­טער אָנגעהויבן באַדינען דעם אַמעריקאַנער ביוראָ פֿון מיליטערישע שיפֿן. נאָך דער מלחמה, האָט האָפּער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ צאָל אַנ­דערע חידושדיקע קאָמפּיוטער־פּראָיעקטן; אין די סוף 1950ער יאָרן האָט זי גע­שאַפֿן איינע פֿון די ערשטע קאָמפּיוטער־שפּראַכן, COBOL, וואָס ווערט נאָך אַלץ באַנוצט אין גע­ווי­סע סעקטאָרן פֿון דער קאָפּיוטער־אינדוס­טריע. האָפּער האָט געהאָפֿט, אַז די נײַע שפּראַך וועט העלפֿן די דורכשניטלעכע מענטשן, לאַוו־דווקא ספּע­ציאַליסטן, צו פּראָגראַמירן און צו פֿאַר­שטיין דעם קאָד פֿון קאָמפּיוטער־פּראָ­גראַ­מען. אין יענער צײַט איז „קאָבאָל” געווען אַ גרוי­סע דער­גרייכונג, הגם הײַנט זעט עס אויס אויסטער­ליש און אַלטמאָדיש.

האָפּער איז, אַוודאי, נישט די איינציקע פֿרוי, וועלכע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ. אַ סך מענטש טראַכטן, אַז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע קאָמ­פּיו­טערס אין דער וועלט זענען די „פּי־סי”־מאַשינען; דאָס איז נישט אמת, אויב מע נעמט אין באַ­טראַכט כּלערליי קליינע קאָמפּיוטער­לעך, וועלכע שטעקן אין צעל־טעלעפֿאָ­נען, פֿאָ­טאָ־אַפּאַראַטן און אַנדע­רע מכשירים. דער סאַ­מע פֿאַרשפּרייטער קאָמפּיו­טער־פּראָצעסאָר אין דער וועלט הייסט ״ARM״; אַחוץ דער קליי­נער מאָס און נידעריקן ענערגיע־באַנוץ, איז ער פּאָפּולער צוליב דעם, וואָס דאָס פּראָגראַ­מירן מיט אים איז אויסערגעוויינט­לעך קלאָר, צו­ליב זייער אַ סיִמעטרישער סיס­טעם פֿון מאַ­שין־קאָמאַנדעס, וועל­כע סאָפֿי ווילסאָן, אַ בריטישע וויסנ­שאַפֿטלערין, האָט אויס­גע­טראַכט אין די 1980ער יאָרן. דאָס איז, אָבער, אַן אומגעוויינטלעכער פֿאַל; וויל­סאָן איז גע­בוירן געבוירן ווי אַ מאַן מיטן נאָמען ראָדזשער, און כירור­גיש געביטן איר געשלעכט אינעם יונגן עלטער.

אויב עמעצער וויל פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַ קאָמפּיוטער אַרבעט, זע­נען די קאָמפּיוטערס מיט דעם דער­מאָנטן פּראָצעסאָר, מסתּמא, די בעס­טע ברירה. איך האָב געקויפֿט מײַ­נע קינדער אויף חנוכּה דעם פּראָ­גראַמירלעכן קאַלקולאַ­טאָר ״HP-50g״ — בעצם, אַ קליינעם קאָמ­פּיוטער. ער איז גע­נוג קאָמ­פּלי­צירט, כּדי צו שאַפֿן כּלער­ליי פּראָ­גראַמען, און גענוג פּשוט, כּדי צו פֿאַר­שטיין זײַנע אינערלעכע חכמות מיט אַלע פּי­טשעווקעס. אַזאַ מכשיר קאָן העלפֿן אויך צו זען, ווי אַזוי דער קאָד פֿון אַן עקזיסטירנדי­קער פּראָ­גראַם קאָן אויסגענוצט ווערן פֿאַר נײַע פּראָ­יעקטן. די דײַטלעכע און פּשוטע סיס­טעם פֿו­נעם דערמאָנטן „אַרם”־פּראָצעסאָר קאָן אויך דינען ווי אַ בילדונג־מיטל צו באַקענען זיך מיט די יסודות פֿונעם אינערלעכן מאַשין־קאָד, וועל­כער ליגט אינעם סאַמע גרונט פֿונעם קאָמפּיוטער.