„אַקטיוויסט ניו-יאָרק”: אַן אויסשטעלונג אין דעם מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק

פֿון עדי מהלאל

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

אַן אָנגייענדיקע אויסשטעלונג אין דעם „מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק” (Museum of the City of New York), אונטער דעם נאָמען „אַקטיוויסט ניו-יאָרק” (Activist New York), שטעלט מיט זיך פֿאָר די געשיכטע פֿון פֿאַר­שידענע מינים געזעלשאַפֿטלעכע קאַמפֿן אין ניו-יאָרק פֿון 17טן יאָרהונדערט ביזן הײַנ­טיקן טאָג. מע קען דאָרט נאָכשפּירן די היס­טאָ­רי­שע ליניע, וואָס הייבט זיך אָן מיט די פּאַצי­פֿיס­טי­שע „קווייקערס”, וועלכע פֿלעגן דרשע­נען אויף די גאַסן, אַז אַלע מענטשן זענען רוחניות­דיק גלײַך, ביז די טעג פֿון „אָקו­פּירט סאַנדי!”, און די באַמיִונגען צו העלפֿן די געליטע­נע פֿון דעם לעצטן הוראַגאַן. די אויס­שטעלונג איז כּולל אַ סך אינפֿאָר­מאַ­ציע און איז גאַנץ ענג אָנגע­לייגט, לכן איז כּדאַי פּאַ­מעלעך דורכצוגיין צווישן אירע פֿאַר­שידענע טיילן.

די הייסע דעבאַטע אַרום דעם מוסולמענישן קהילה-צענטער אין 2009
Adi Mahalel
די הייסע דעבאַטע אַרום דעם מוסולמענישן קהילה-צענטער אין 2009

איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכ­סוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גע­רופֿענע „עכטע אַמעריקאַנער”, דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די „עכטע אַמעריקאַנער” זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם „ניו-יאָרקער באַנדיטן” (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך די ייִדישע אימי­גראַנטן האָבן געליטן פֿון אָט דער אַנטי-אימיגראַנטישער קאָמפּאַניע. עפּעס דערפֿון קען מען פֿאַרשטיין פֿון אַ סאַטירישער קאַריקאַ­טור פֿון פֿרעדעריק באָר אָפּער (1857—1937), אונ­טער דעם טיטל „אַ רמז צו די העברעערס: ווי זיי מאַכן זיך אומאָפּהענגיק פֿון די וואַרעמבע­דער — האָטעלן”, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין 1881. דאָרט זעט מען דעם אויסגע­טראַכטן „האָטעל דע דזשערוזאַלעם”, וואָס טראָגט זיך בלית-ברירה איבערן וואַסער, מחמת דעם פֿאַר­ווער אַרײַנצולאָזן די ייִדן אין די שוין עק­זיס­טירנדיקע וואַרעמבעדער. אין „האָטעל דע דזשערוזאַלעם” מעגן די ייִדן פֿראַנק-און-פֿרײַ מאַכן אַ לעבן, באַקן זיך אויף דער זון, און מיט זייערע שטאָלצע נעזער צו „געניסן” פֿון זייער אָפּגעזונדערטן שטיקל אָרט.

אַן אַנדער סעקציע אויף דער אויסשטע­לונג דערציילט די געשיכטע פֿון די יוניאָנס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. דער כּוח פֿון די יוניאָנס האָט זיך געשטאַרקט בפֿרט אין די יאָרן פֿון דער „גרויסער דעפּרעסיע”; זיי האָבן אַ סך געהאָלפֿן בײַם אײַנפֿירן רוזוועלטס „ניו-דיל” פּלאַן. עס ווערט,, למשל געצייכנט צום גוטן דער נאָמען פֿון סידני הילמאַן (1887—1946) — דער באַרימטער ניו-יאָרקער אַרבעטער־פֿי­רער, וואָס איז פֿריִער געווען טעטיק אין דעם „בונד” אין מיזרח-אייראָפּע, איידער ער האָט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן נאָך דער ערשטער רעוואָלוציע אין 1905.

די רײַכע געשיכטע פֿון די באַקלייד-אינ­דוסטריע יוניאָנס ווערט דערציילט דאָרט על-רגל-אַחת. ווי אַ בײַשפּיל ווערט אויסגעשטעלט דער פּלאַקאַט אויף ייִדיש פֿון „מאַמעניו” — יוסף רומשיסקיס מוזיק־אַלבאָם לזכר די קרבנות פֿון דעם טרײַענגעל פֿײַער (1911).

די שטאָט ניו-יאָרק האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די יאָרן פֿון דעם קאַמף קעגן דער סעגרעגאַציע צווישן ווײַסע און שוואַרצע. מע האָט, למשל, אין האַרלעם אָר­גאַניזירט בענעפֿיטן מיט באַרימטע אַפֿ­רי­קאַנער-אַמעריקאַנער פּערזענלעכקייטן לטובֿת דעם פֿינאַנצירן די גרויסע פּאַראַדן אין וואַ­שינג­טאָן; און בכלל איז האַרלעם געוואָרן דער טע­טיקסטער צענטער פֿון דעם אַפֿריקאַ­נער-אַמעריקאַנער לעבן אין אַמעריקע.

איינער פֿון די הײַנטיקע געזעלשאַפֿט­לע­כע קאַמפֿן, וואָס ווערט דאָרט אויסגע­שטעלט, איז דער קאַמף לטובֿת די וועלאָסי­פּעד-פֿאָרסטעזש­קעס. די שטאָטי­שע וועלאָסיפּע­דיסטן פֿלעגן אָפֿט פֿאַלן אַ קרבן פֿון אַן אויטאָמאָ­ביל. האָבן די שטיצער פֿון „גרי­נעם פֿאַר­קער”, זינט די 1970ער יאָרן, געפֿאָ­דערט אײַנ­שטעלן זיכע­רע­רע גאַסן פֿאַר אַלעמען דורך דער אויס­בריי­טע­רונג פֿון די וועלאָסי­פּעד-סטעזשקעס. דערצו האָט דער מייאָר קאָטש בעתן זײַן באַזוך אין כינע באַ­מערקט ווי נוצלעך די וועלאָסיפּעדן קע­נען זײַן ווי אַ פֿאַרקער-מיטל; און ווי זיי ענדערן ממש פֿון דאָס ניי די שטאָטי­שע גאַסן. אַ וויכ­טיקע אָרגאַניזאַ­ציע וואָס איז טעטיק אין דעם תּחום הייסט, „פֿאַרקער ברירות” (Transportation Alternatives), וואָס האָט זיך באַרימט גע­מאַכט מיטן אָר­גאַ­ניזירן וועלאָסיפּעד-טורן איבער דער שטאָט.

אַ הייסע געזעל­שאַפֿט­לעכע דעבאַטע האָט זיך ווי באַוווּסט אַנט­וויקלט אין 2009 אַרום דעם פּלאַן צו פֿאַר­לייגן אַ מוסולמע­נישן קהילה-צענ­טער לעבן „גראַונד-זי­ראָ”. וועגן דעם הייסן וויכּוח קען מען זיך דאָרט אויסלער­נען אי פֿון די גיפֿטיקע אַנטי-מו­סול­מע­נישע פּראָפּאָ­גאַנ­דע-מאַטעריאַל, אי פֿון די פּראָ-טאָלעראַנץ־שילדן און פּלאַקאַטן, וואָס די ניו-יאָרקער פֿלעגן מיט זיי דעמאָנסטרירן.

די אויסשטעלונג „אַקטיוויסט ניו-יאָרק” (״Activist New-York״) גייט נאָך אָן. דער אַדרעס פֿון דעם „מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק” איז: 1220 וועסט 5טע עוועניו אין מאַנ­העטן, טע­לעפֿאָן-נומער: 212-534-1672. מער פּרטים געפֿינען זיך אויך אין דעם וועבזײַטל: //www.mcny.org/exhibitions/current/Activist-New-York.html