"אַ חלום": קאָנצערט צום יאָרצײַט פֿון חנה קופּער

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 04, 2013, issue of December 28, 2012.

אינעם אויספֿאַרקויפֿטן קאָנ­צערט לזכּרון דער זינגערין חנה (אַד­ריאַן) קופּער, שבת־צו־נאַכטס דעם 22סטן דעצעמבער 2012 אינעם „האָנ­טער־קאָלעדזש‟, זענען זיך צונויפֿגע­קו­מען מוזיקער און זינגער פֿון דער גאַנצער וועלט אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק: שורה ליפּאָוו­סקי פֿון האָלאַנד, טערעזע טובֿה פֿון טאָראָנ­טאָ, דן קאַהן פֿון בערלין, פּסוי קאָראָלענ­קאָ פֿון מאָסקווע. די דיריגענטן פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד מיטן ערשט־קלאַסיקן קלעזמער־אָר­קעס­טער האָבן זיי באַגלייט, ווי אויך זינ­גער פֿון אַלע עקן אַמעריקע; ספּע­ציעל די אַרטיסטן, וועלכע האָבן גע­האַט אַ נאָענ­טע פֿאַרבינדונג מיט חנה קו­פּער. אָבער אַזוי ווי קופּער איז גע­ווען אַזאַ וויכטיקע פֿיגור במשך פֿון 30 יאָר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט בכלל, און אין דער קלעזמער־באַ­ווע­גונג בפֿרט, קענען כּמעט אַלע הײַנ­טי­קע ייִדי­שע זינ­גערס מיט רעכט זאָגן, אַז זיי האָבן בײַ איר זיך געלערנט אָדער מיט איר מיטגעאַרבעט.

אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַ­טייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, „סאָ־קאָלד‟, זלמן מלאָטעק, די „קלעזמאַ­טיקס‟, און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדע­מאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיע­סע „גליקל פֿון האַמעל‟, וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָר­דאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרצי­קייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָ­רין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע.

צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער „ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם‟ מיט וועלכע קו­פּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדי­שער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָוו­סקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַ­קענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט. אַ סך ניו־יאָרקער האָבן זי אויך גע­קענט ווי אַ פּראָגרעסיווע פּאָליטישע און סאָציאַ­לע אַקטיוויסטקע.

דער צוויי־שעהדיקער קאָנצערט איז אַדורך אָן אַ פּגם און מע האָט אים רעקאָרדירט און טראַנסמיטירט בשעת דער אונטערנע­מונג דורך אינטערנעץ. מע קען אים זען בײַ דעם אַדרעס: http://new.livestream.com/dreaminginyiddish/akholem אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם האָט דער „אַרבעטער־רינג‟ מודיע גע­ווען אַ נײַעם פֿאָנד „Adrienne Cooper Fund for Dreaming in Yiddish‟, וואָס וועט „שטיצן קינסטלער בײַם שטעלן די ערשטע טריט אויף דער אָן־סופֿי­קער, אומבאַגרענעצטער, אומגעריכטער נסיעה פֿון שאַפֿן אויף ייִדיש‟. דעם טשעק קען מען שיקן צו דער „Foundation for Jewish Culture‟ POB 489, NY, NY 10113 צווישן די אַנדערע שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג זענען גע­ווען „דער פֿאָר­ווערטס/Forward‟ און „גאָלדן־לאַנד־קאָנ­צערטן‟. דער גרוי­סער עולם פֿונעם קאָנ­צערט, אַן ערך טויזנט מענטשן, האָט עדות גע­זאָגט צו דער גרוי­סער ליבשאַפֿט צו חנה קו­פּער ע״ה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.