ייִדישער בערלין פֿון אַמאָל

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 18, 2013, issue of December 28, 2012.

אין די לעצטע יאָרן האָט דער גע­לערנטער עולם זיך גלײַך ווי אַרויפֿ­געוואָרפֿן אויף „רוסיש-ייִדישן בערלין‟. איך מיין ניט דעם בער­לין פֿון הײַנטיקע טעג, וווּ מע הערט כּסדר רוסיש, נאָר די דײַטשי­שע הויפּט­שטאָט פֿון די ערשטע יאָר­צענד­ליקער פֿון 20סטן יאָרהונ­דערט. איך אַליין האָב זיך באַטיי­ליקט אין דער דאָזיקער „אַטאַקע‟ און נאָך אַלץ גיי ניט אַוועק פֿון דער טע­מע, ווײַל אייניקע העלדן פֿון מײַנע איצ­טיקע פּראָיעקטן האָבן גע­וווינט אין בערלין. בכלל, ניט געקוקט אויף דעם גרויסן אַקאַדעמישן גערע­טעניש פֿון די לעצטע יאָרן, בלײַבט נאָך אַלץ וואָס צו פֿאָרשן אין דעם בער­לי­נער געביט.

הײַיאָר זײַנען אַרויס צוויי בי­כער, וואָס באַרײַכערן און פֿאַר­פּינקט­לעכן דאָס בילד פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וואָס איז גע­ווען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדי­שע אינטעלעקטואַלן. די יונגע דײַטשי­שע היסטאָריקערין אַנע-קריסטין זאַס האָט פֿארטיידיקט איר דאָק­טאָר-די­סער­טאַציע וואָס אַנאַליזירט די געשיכ­טע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִ­שע ייִדן אין ווײַמאַרער בערלין, און אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַר­בעט איז אַרויס איר וואָגיקע מאָנאָ­גראַ­פֿיע, וואָס הייסט Berliner Luftmenschen: Osteuropäisch-jüdische Migranten in der Weimarer Republik.

דאָס איז זייער אַן ערנסטע פֿאָר­שונג פֿון כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט, אָבער געוואָרן באַ­זונ­דערס „אָנזעעוודיק‟ ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַק­טיש איז עס קיין איינהײַטלע­כע סבֿיבֿה קיין מאָל ניט געווען, ווײַל די גע­בילדעטע, ווי אויך פֿאַר­מעג­לע­כע (גאָר ניט זעלטן פֿלעגן ביי­דע זאַכן צונויפֿפֿאַלן) אימי­גראַנטן האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון די פּראָס­טע ייִדן. זיי פֿלעגן זיך, בדרך-כּלל, באַזעצן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער שטאָט. די געגנט לעבן אַלעק­סאַנ­דער-פּלאַץ, וווּ די אָרעמע ייִדי­שע אימיגראַנטן פֿלעגן געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָט ניט געפּאַסט פֿאר „לײַטישע‟ ייִדן.

טאָפּאָגראַפֿיע איז דאָס וואָרט, וואָס באַגעגנט זיך אָפֿט אין דעם בוך. פֿון טויזנטער פּרטים, גענומען פֿון קוואַלן אויף דײַטש, ענגליש, ייִדיש און רוסיש, האָט אַנע-קריסטין זאַס רעקאָנסטרויִרט די לאַנדשאַפֿטן, אין וועל­כער עס האָט זיך געקאָכט דאָס לעבן פֿון דעם אָנגעפֿאָרענעם ייִדישן עולם. זי האָט אויסגעפֿונען, וועל­כע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — פּאָלי­טי­שע, קולטורעלע, וכ׳ — האָבן זיך באַ­וויזן אין דער דײַטשישער הויפּט­שטאָט, וואָס פֿאַר אַ ראָלע זיי האָבן געשפּילט און ווי אַזוי זייערע פֿירנ­די­קע טוערס האָבן זיך אויפֿגעפֿירט. ס׳איז קלאָר, אַז פֿאַר אַ סך פֿאָרשער וועט די מאָנאָגראַפֿיע דינען ווי אַ האַנט­בוך, וואָס מאַכט די דאָזיקע אויסגאַ­בע באַזונדערס וויכטיק. אַ סבֿרא, אַז עס וואָלט גאָר ניט געשאַט צו האָבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אָט דער ממשותדיקער אַרבעט.

מע דאַרף אונטערשטרײַכן, אַז די ווירטועל ווידער-אויפֿגעבויטע בער­לינער לאַנדשאַפֿט בלײַבט ניט בײַ אַנע-קריסטין זאַס הענגען אין דער לופֿטן, הגם דאָס וואָרט „לופֿט­מענטשן‟ איז אַרײַן אין דעם טיטל פֿונעם בוך. די בערלינער סבֿיבֿה ווערט אַרײַנגעשריבן אין דעם אַלגעמיי­נעם בילד פֿון ייִדישן לעבן אין יענער צײַט. ניט צופֿעליק האָט מען דאָך בערלין געהאַלטן פֿאַר אַ וויכ­טיקן, צי אַפֿילו וויכ­טיקסטן, שייד­וועג אויף דער ייִדישער וועלט-מאַפּע פֿון די 1920ער יאָרן. ס׳איז ניט פֿאַרגעסן גע­וואָרן אויך די פֿאַרבינדונג פֿון דעם „פֿאָר­ווערטס‟ מיט בערלין, וווּ עס האָט זיך, ביז אָנהייב 1933, געפֿונען דער אייראָ­פּעיִשער ביוראָ פֿון דער צײַטונג.

גאָר מיט אַנדערע אויגן, און אויף אַן אַנדער שפּראַך, האָבן גע­קוקט אויפֿן בערלין פֿון יענער צײַט די מאָסק­ווער געלערנטע אָלעג בוד­ניצ­קי און אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן. זייער בוך, „רוסיש-ייִדישער בערלין”, Русско-еврейский Берлин (//www.nlobooks.mags.ru/ncd-1-1-304/news.html), איז פֿאָקוסירט, דער עיקר, אויף דער רוסיפֿיצירטער און טייל­ווײַז געשמדטער, ייִדישער אינטע­ליגענץ, וואָס האָט זיך גרופּירט אַרום עטלעכע אייגענע אָרגאַניזאַציעס, די וויכטיקסטע פֿון וועלכע איז גע­ווען „דער פֿאַראיין פֿון רוסישע ייִדן אין דײַטשלאַנד‟. אין יסוד פֿון אָט דער אַרבעט ליגן גרויסע מאַ­סיווע אַר­כיוו-דאָקומענטן, וואָס ווערן אָפּגע­היט אין פֿאַרשיידענע קאָ­לעקציעס אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, ישׂראל, גרויס-בריטאַניע און די פֿאַר­אייניק­טע שטאַטן.

אין אַ היפּשער מאָס, איז עס אויך אַ פּרוּוו ווידער-אויפֿצו­בויען די לאַנדשאַפֿט פֿון אַן אַמאָליקן לעבן און זי באַפֿעלקערן מיט די מענטשן, וואָס האָבן אַ מאָל געוווינט אין דער שטאָט. ניט צופֿעליק איז דאָס בוך כּולל ניט קיין געוויינטלעכן אינ­דעקס פֿון יחידים, נאָר אַן אינ­דעקס מיט קורצע ביאָגראַפֿישע ידיעות, וואָס גיבן צו דער אַרבעט דעם כאַראַק­טער פֿון אַ האַנטבוך.

מיך האָט באַזונדערס פֿאַראינ­טערעסירט דאָס קאַפּיטל, וואָס קוקט אַרײַן אין דעם גורל פֿון די הונדער­טער רוסישע ייִדן, וועלכע זײַנען ניט גלײַך, אָדער בכלל ניט, אַרויסגע­פֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד נאָך היטלערס קו­מען צו דער מאַכט. אָבער אויך אַנדערע קאַפּיטלען שטעלן מיט זיך פֿאָר פּיאָנערישע פֿאָרשונגען. ייִדי­שע היסטאָריקער האָבן דאָך ווייניק געטראַכט וועגן די, אין תּוך אַרײַן רוסישע, אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן זיך אָפֿט מאָל געהאַלטן גאַנץ, צי אַפֿילו אין גאַנצן, אָפּגעזונדערט פֿון דעם ייִדישן „הויפּטשטראָם‟. די צענטראַלע פֿיגור אין דעם בוך איז דער יוריסט אַלעקסיי גאָלדענווײ­זער (1890—1979), בפֿרט נאָך אַז זײַן אַרכיוו האָט זיך גוט אָפּגעהיט.

די דאָזיקע צוויי ביכער מאַכן אונדז אַ סך קליגער וועגן דעם אימי­גראַנ­טישן ייִדישן לעבן אין בערלין. אמת, פֿאַר אַ סך מענטשן איז עס שוין גע­ווען „זייער בערלין‟. מע האָט זיך גע­פֿילט דאָרטן אין גאַנצן אין דער היים. לאַנג, צו מאָל צו לאַנג, האָבן אייני­קע בער­לינער ייִדישע תּושבֿים געוואַרט ביז דער „משוגעת וועט דורכגיין‟. ער איז ניט דורכגעגאַנ­גען, מע האָט גע­מוזט אים אַרויס­קלאַפּן. אָבער צו יענער צײַט איז פֿון דעם אַמאָליקן „רוסישן בערלין‟ גאָר­נישט ניט פֿאַרבליבן.