בראַצלעווער חסידות: פּסיכאָאַנאַליז און ראָמאַנטישער ראַדיקאַליזם

דער אַלטער בראַצלעווער קלויז אין אומאַן
דער אַלטער בראַצלעווער קלויז אין אומאַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 18, 2013, issue of December 28, 2012.

דער „בראַצלאַווער פֿאָרש־אינסטיטוט”, אַ ירושלימער און ניו־יאָרקער חסידישע פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע, האָט אַנאָנסירט, אַז זי האָט אָנ­געהויבן איבערזעצן אויף ענגליש „ליקוטי־הלכות‟ — דאָס מאָנומענטאַלע ווערק פֿון רב נתן שטערנהאַרץ, דער הויפּט־תּלמיד פֿון רבי נחמן בראַצלאַווער.

מיט צוויי חדשים פֿריִער האָט דער אינ­סטיטוט פֿאַרענדיקט אַן אַנדער ריזיקן פּראָ­יעקט, די 15־בענדיקע ענגלישע אויסגאַבע פֿון „ליקוטי־מוהר״ן”, רבי נחמנס וויכטיקסטן ספֿר. די באַזוכער פֿון דער וועבזײַט ״Breslov.org״ קאָנען שוין אַראָפּלאָדן אַ קליינעם טייל פֿון רב נתנס „הלכות־תּפֿילין”, איבערגעזעצט דורך עוזר בערגמאַן.

„ליקוטי הלכות” איז אײַנגעטיילט לויט דעם סדר פֿונעם „שולחן ערוך”, אָבער האָט וויי­ניק צו טאָן מיט דער הלכה אינעם בוכשטעב­לעכן זין; ס׳איז אַ סעריע פֿון קבלה־דרשות מיט אַ ספּעציפֿישן בראַצלעווער טעם.

למשל, אינעם פֿאַרעפֿנטלעכטן איבער­גע­זעצטן פֿראַגמענט גייט אַ רייד וועגן פֿאַר­בינ­דונגען צווישן מורה־שחורה און עראָטישע געפֿילן; וועגן דעם כּוח פֿון אַן עכטן צדיק; וועגן תּפֿילין ווי אַ פֿאַלישן סימבאָל אין שײַכות צו בושה און ליבע; וועגן דעם מענטשלעכן אַחדות ווי אַ קאָלעקטיוון גײַסטיקן „תּפֿילין‟; און וועגן די סימבאָלישע באַציִונגען צווישן דער שבתדיקער מנוחה, זיווג מיט אַ פֿרוי און משיחישער גאולה.

ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס רבי נחמנס חסידות האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַ גאַנ­צע ריי פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן, שרײַבער און פּסי­כאָ­אַנאַליטיקער. פֿון דער אַנדערער זײַט, טרעפֿן זיך צווישן גאַנץ טראַדיציאָנעלע בראַצ­לע­ווער רבנים אַזעלכע, וואָס שטודירן בודיזם, פֿרוי­דישע פּסיכאָלאָגיע און אַנדערע טעמעס, וועל­כע ווערן זעלטן דערמאָנט אין אַנדערע חסידישע סבֿיבֿות. דער טיף־אינטעלעקטוע­לער דרך פֿון בראַצלעוו וואַרפֿט אָפּ, בדרך־כּלל, די משׂכּי­לישע ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקו­סירט זיך אויף דער מענטשלעכער עק­זיס­טענץ, ראָמאַנטישער אינטויִציע און פּסי­כאָלאָגיע.

הײַנט קאָן מען צווישן רבי נחמנס נאָכ­פֿאָל­גער געפֿינען פֿאַרשיידענע ראַדיקאַל־גע­שטימ­טע מענטשן, פֿון עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿ­ני­קעס ביז נטורי־קרתּאניקעס און אַפֿילו מיט­גלי­דער פֿון דער לינקער גרופּע „אַנאַרכיסטן קעגן דער וואַנט”, וועלכע האָבן אויסגע­קליבן זייער קאַמף קעגן דעם ישׂראלדיקן זיכער­הייט־מויער ווי אַ סימן פֿון זייער אַלגעמיינער קעגנער­שאַפֿט לגבי אַלע מלוכות און גרע­נעצן אין דער וועלט.

אַ טייל קריטיקער מיינען, אַז אַ מערקוויר­דיקער פּראָצענט פֿון כּלערליי ראַדיקאַלן אין דער הײַנטיקער בראַצלעווער באַוועגונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס זי איז פֿרײַנדלעך צו „וויל­דע” בעל־תּשובֿות. אין דער אמתן, אָבער, איז אַזאַ עלעמענט געווען פֿון אָנהייב אָן בולט צווישן רבי נחמנס נאָכפֿאָלגער. אַדרבה, „ליקוטי הלכות” און אַנדערע קלאַסישע בראַצלע­ווער ספֿרים זענען אָנגעשריבן און פֿאַרעפֿנט­לעכט געוואָרן אין אַ בפֿירוש ראַדיקאַלער סבֿיבֿה.

אַ טייל אַנדערע חסידים, שוין אָפּגערעדט פֿון מתנגדים, האָבן כּסדר אַטאַקירט די בראַצ­לעווער, צומאָל מיט פֿיזישע געשלעגן, צוליב זייער באַזונדערן דרך. נאָך רבי נחמנס טויט האָבן זײַנע נאָכפֿאָלגער דערקלערט, אַז ביז משיחן וועט בײַ זיי נישט זײַן קיין אַנדער רבי; אַדרבה, משיח אַליין מוז זײַן אַ נײַע פֿאַר­קער­פּערונג פֿון רבי נחמנען. רב נתן שטערנ­האַרץ ווערט באַטראַכט בלויז ווי אַ געטרײַער איבער­געבער פֿון זײַן רבינס תּורה. צוליב אַזאַ דעצענטראַליזירטן שטייגער, אָן אַ לעבעדיקן רבין, האָבן די בראַצלעווער חסידים אָפֿט שאַרף קרי­טיקירט די אָנ­גע­נו­מע­נע היעראַר­כיעס און דעם סאָציאַלן אומ­יושר.

אַ באַזונדער שטאַר­קע אָפּאָזיציע מצד די מתנגדים האָט אַרויס­גערופֿן רב נתנס אַל­טער קלויז אין אומאַן.

אין די 1830ער יאָרן, האָט רב נתנען זיך אײַנ­געגעבן צו זאַמ­לען דאָס געלט און אויפֿ­צו­שטעלן אַ צי­געל­נע שיל, וווּ די ענ­טיזיאַס­טישע חסי­דים, על־פּי־רובֿ גאָר אָרע­מע בעלי־מלאָכות, האָבן אײַנ­געפֿירט אַן אַט­מאָספֿער פֿון ברו­דער­שאַפֿט און פֿאַראַכט צו געלט און גשמיות­דיקע פֿאַר­געניגנס. אין יענער תּקופֿה, האָט רב נתן באַוויזן, פֿאַרן טויט, צו פּובליקירן דעם ערשטן טייל פֿון זײַנע „ליקוטי־הלכות”; די חסידים האָבן ממשיך געווען צו פֿאַרעפֿנט­לעכן רב נתנס ווערק. רב סנדר טירהאָוויצער, וועלכער האָט אָר­גאַ­ניזירט אַ רעמאָנט אינעם אָרעמען קלויז אינעם יאָר 1866, האָט דאָרטן געשאַפֿן אַן עכטע קאָמו­נע. ווען ער איז גע­וואָרן אַ חסיד, האָט ער אָפּ­גע­געבן זײַן גאַנצן פֿאַר­מעגן פֿאַר צדקה און פֿאַרזאַמלט אַרום זיך אַ קרײַז פֿון חסי­דים, וועל­כע פֿלעגן אַרײַנוואַרפֿן יעדן פֿרײַ­טיק אין אַן אַלגעמיינער קאַסע דאָס גאַנ­צע געלט, וואָס זיי האָבן פֿאַרדינט במשך פֿון דער וואָך; נאָכן שבת, פֿלעגט יעדער נעמען פֿון דער קאַסע וואָס מע דאַרף — נאָך מיט צענדלי­קער יאָרן פֿאַר דעם, ווען קאַרל מאַרקס האָט פֿאַר­שפּרייט דעם קאָמוניסטישן לאָזונג „פֿון יעדן לויט זײַן פֿעיִקייט, צו יעדן לויט זײַנע באַדערפֿע­נישן”. רבי נחמן טשערינער, אַ פּראָמינענ­טער חסיד פֿון יענער תּקופֿה, שרײַבט, אַז שבת טאָר מען נישט האַנדלען, ווײַל אין משיחס צײַטן וועלן די געלט־באַציִונגען אינגאַנצן בטל ווערן.

אַן אַנדער כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון דער בראַצלעווער באַוועגונג איז אַ געווי­סע נטיה צו אוניווערסאַליזם. אַ גאַנץ דאָרף פֿון אוקראַיִנישע פּויערים האָט זיך אַמאָל מגייר געווען, אונטער דער בראַצ­לעווער השפּעה; ס׳קאָן זײַן, אַז די פּויע­רים האָבן אויך הויך אָפּ­געשאַצט רבי נחמנס נאָענט­קייט צו דער וויל­דער נאַטור.

אין דער סאָווע­טי­שער תּקופֿה איז אינעם אַלטן אומאַנער קלויז גע­ווען אַ פֿאַבריק. די מאַכט האָט אַכזריותדיק גע­רודפֿט די חסידים, וועל­כע האָבן כּסדר גע­זאַמלט אַ מנין לעבן דער אַלטער שיל, במשך פֿון דער גאַנצער סאָ­ווע­טי­שער תּקופֿה. הרבֿ מיכל דאָרפֿ­מאַן, וועל­כער האָט אָר­גאַ­ניזירט די געהיי­מע מני­נים, האָט געאַר­בעט ווי אַ שלאָסער אין מאָס­קווע. די אַזוי־גערו­פֿע­נע „סאָ­ציאַליסטישע” מלוכה האָט געוויזן איר אמתן פּרצוף, מיט אירע רדיפֿות קעגן אַ שיל, וווּ עס האָבן געדאַוונט פּשוטע ייִדי­שע אַרבע­טער, וועלכע האָבן אַפֿי­לו אָרגאַניזירט דאָרטן אַ קאָמונע, נאָך לאַנג פֿאַר דער רעוואָלוציע.

בערך מיט אַ יאָר צוריק האָט די אוקראַיִני­שע רעגירונג באַשלאָסן אומצוקערן דעם דאָ­זיקן היסטאָרישן בנין דער חסידישער קהילה; אַ טייל קריטיקער זענען אָבער חושד, אַז דאָס קאָן ווערן אַ סיבה פֿאַר אַ קריגערײַ צווישן פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן פֿאַרוואַנדלט די יערלעכע חסידישע נסיעות קיין אומאַן אויף ראָש־השנה אין אַ גרויס און רײַכן טוריזם־געשעפֿט, אויך אין אַ צבֿיעת­די­קער סתּירה מיט די דערמאָנטע טראַדיציעס פֿון די אַמאָליקע חסידים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.