„װיפֿל איר פֿאַרשטײט?”

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 18, 2013, issue of December 28, 2012.

די לעזער פֿון אונדזער ייִדישן „פֿאָר­װערטס” האָבן זיכער געהערט די סקיצן פֿון די צװײ װוּנדערלעך־פּרעכטיקע קאָמעדיאַנטן — דזשי­גאַן און שומאַכער. אײנס פֿון זײערע עפּיזאָדן האָט געהאַט צו טאָן מיט אַן אינסטאָלאַ­טאָר, װעלכער האָט פֿאַרריכט די קראַנען פֿון דער װאַנע בײַ אַן אײַנװױנער אין ישׂראל. די צרה איז אָבער אױפֿגעשװוּמען װען זײ האָבן זיך גענומען אַמפּערן און האַנדלען װעגן דעם פּרײַז, דעם חשבון הײסט עס. יעדער אײנער פֿון זײ האָט מורא געהאַט צו ברענגען איבער די ליפּן װיפֿל די אַר­בעט באַטרעפֿט. סײַ דער לאָ­קאַ­טאָר װאָס האָט נישט געװאָלט איבער­צאָלן זיך, סײַ דער אינסטאָלאַ­טאָר װאָס האָט געצי­טערט און געפֿלאַטערט צו געבן אים אַ חשבון. אפֿשר קען דער ייִד באַ­צאָלן אַ גרעסערע סומע געלט, איז פֿאַרװאָס זאָל ער אַרױסשפּרינגען מיט אַ קלײנער רעכענונג. מאַכט דער אינסטאָלאַ­טאָר צום לאָקאַטאָר. און איך ציטיר:

דזשיגאַן און שומאַכער
דזשיגאַן און שומאַכער

„איר קענט זיך שױן גײן באָדן, ר׳ ייִד. כ׳האָב שױן צו רעכט גע­מאַכט דעם קראַן. ס׳איז נישט געװען קײן לײַכט שטיקל אַרבעט. איצט װעט שױן נישט רינען. כ׳האָב אױסגערײ­ניקט די רער, אַרײַנגעגעבן צװײ נײַע גומע־רעד­לעך. ס׳װעט האַלטן אײַזן.‟

זאָגט דער לאָקאַטאָר:

„צװײ װאָכן האָב איך געדאַרפֿט װאַרטן מיטן באָדן זיך, איר זאָלט צו רעכט מאַכן אַזאַ נאַרישקײט.‟

דער אינסטאָלאַטאָר:

„דאָס הײסט בײַ אײַך אַ נאַרישקײט? אױס­גערײניקט די רער, געטױשט דאָס שרײַפֿל און אַרײַנגעגעבן צװײ נײַע שפּעקולין־גו­מע­לעך. איר װײסט װיפֿל איך װאָלט פֿאַר אַזאַ אַר­בעט גענומען פֿון אַן אַנדערן?‟

דער לאָקאַטאָר:

„איז װיפֿל װילט איר פֿון מיר? שעמט אײַך נישט, זאָגט װיפֿל ס׳קומט אײַך. מ׳װעט נישט גײן צום רבֿ. איז װיפֿל קום איך אײַך?‟

דער אינסטאָלאַטאָר:

„װיפֿל איר פֿאַרשטײט!‟

און אַזױ גײט צו דאָס האַנדלען זיך און ראַנגלען זיך מיט „װיפֿל איר פֿאַרשטײט,‟ אַזױ לאַנג און אַזױ ברײט, ביז מ׳האַלט בײַם קראַ­פּירן.

איז מיר די טעג אױסגעקומען צו האַנד­לען מיט אַזאַ אײנעם, אַ פּאַרשױן װאָס האָט אָנגעשריבן אַ פּאָעמע אױף ענגליש דװקא װעגן מנשה סקולניקן, און מיר אַרױסגעשיקט אַן אױסשניט פֿון אַן ענגלישער צײַטונג, און אײַנגעבעטן זיך בײַ מיר איך זאָל זײַן קונסטװערק איבערזעצן פֿון ענגליש אױף ייִדיש. זאָג איך אים:

„יעװגעני אָניעגעלע, װאָס בין איך עפּעס, אַ פּאָעטעסע? און פֿון װען אָן בין איך אַ טלו­מאַטשקע? אַ דאָל­מעטשער­קע? אַן איבער­זע­צער­קע? װאָס איך קען זיך אַזױ אַװעקזעצן נישט מיר, נישט דיר און איבערזעצן לידער פֿון יעװגעני אָניעגין־הובערגריץ.‟

זאָגט ער מיר:

„הערט מיך אױס, ליבע פֿרױ. מנשה סקול­ניק איז אַמאָל געװען אַ ריזעדיקער קאָמע­דיאַנט בײַ ייִדן אין אַמעריקע, אַזױנס און אַזעל­כעס, אַ צוש. ער האָט געשטעלט אַ רעפּער­טואַר אױף ‘סעקאָנד עװעניו,’ אַז מ׳האָט געקענט לעקן די פֿינגער.‟

זאָג איך אים: „איך שטים אײַן מיט אײַך, גוטער־ברו­דער. דער סקולניק איז ממש גע­װען נישט נאָר אַ קאָמעדיאַנט, נאָר אױך אַ פֿילאָסאָף.‟

„אַזױ גאָר?‟ האָט יעװגעניטשקע זיך דערפֿרײט. „פֿון װען אָן איז ער געװען אַ פֿי­לאָ­סאָף?‟

„פֿון װען ער האָט אַראָפּגעשאַרצט זײַן היטעלע אױף אַהינטער. אַראָפּגערוקט די אַרבל פֿון זשאַקעטל ביז די עלנבױגן, גענו­מען זיך װאַקלען אױף די פֿיס און געזונגען: ‘ס׳איז נישט פֿון אױבן און נישט פֿון הינטן, נאָר פּונקט אין דער מיטן.’‟

„אַ, יאָ! דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון אים. אָבער איך קען נישט איבער­זעצן קײן קאָמעדיאַנטס­קע שטיק.‟

נעמט דער פּאַרשױן און שיקט מיר צו מיט „פֿעד־עקס‟ זײַן געדיכט אױף ענג­ליש, און איך, בהמה, זעץ זיך אַװעק און זעץ עס איבער אױף ייִדיש, װאָס לײענט זיך אַזױ:

סקולניק האָט דרײַ זאַכן
װאָס פֿון דעם באַשטײט זײַן לאַכן.
אײנס איז טאַלאַנט —
צװײ איז הומאָר —
און דרײַ איז בכלל נישטאָ.

און אַז מ׳האָט ליב אַ יײַכל,
גלעט מען זיך דאָס בײַכל.
לאַכט זשע, ייִדן, אָן אַ סוף,
כ׳זאָג דעם אמת, נישט קײן בלאָף.
גיט מיר כּוח און גיט מיר מוט,
װײַל מײַן ליד איז באַלד קאַפּוט.

איר זעט, ליבע ייִדן, אַ ייִד אַן אָנשיקע­ניש. איך גע­דענק אַז ער איז אַמאָל דװקא גע­װען אַ װױלער יאַט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, און געשריבן נישקשהדיקע לידער. אָבער מיט אַ מאָס. ער בלאַגעט מיך איך זאָל אים טאָן די טובֿה און איבערזעצן זײַנע לידער פֿון ענג­ליש אױף ייִדיש. װאָס זשע טוט מען?

קלינגט ער מיר אָן און זאָגט:

„אַ גאַנץ גוטע אַרבעט, טעכטערל. און אױב דו האָסט שױן יאָ געטאָן אַ ‘גוד דזשאַב’, װיל איך באַצאָלן.‟

זאָג איך אים:

„װאָס הײסט, דו ביסט חלילה אַראָפּ פֿון די רעלסן? אָנגעװױרן ס׳גלײַכגעװיכט? װיפֿל אַ שטײגער קום איך דיר למשל?‟

לאַך איך אַרײַן אין טרײַבל.

ענטפֿערט ער מיר: „װיפֿל דו פֿאַר­שטײסט?‟

ער נעמט מיך אַרױס פֿון די כּלים. נאָך אַלעמען, דאַרף ער דאָך מיר באַצאָלן. נישט איך אים, רבונו־של־עולם. מאַך איך:

„יעװגעניטשקע. אין װאָס האַנדלט זיך דאָ?‟

מאַכט ער: „אין עטשע־פּעטשע־מעטשע מיט אַ סמיטשיק אַריבער.‟

„אַזױ גאָר? שטױן איך. „דו װײסט כאָטש אַז איך עטשע־פּעטשע־מעטשע נישט, נאָר ס׳איז מיר גלאַט אינטערעסאַנט, װאָס אַ שטײ­גער קום איך דיר פֿאַר מײַן צײַט, פֿאַר מײַן מי, פֿאַר מײַן גלײבן אין מענטשן, פֿאַר מײַן נאַיִװי­טעט.‟

זאָגט ער מיר: „װיפֿל דו פֿאַרשטײסט?‟

ס׳איז מיר גלאַט געװאָרן קיל אונטער דער פּאַכװע. מיט װעמען האַנדל איך דאָ? און איך קען אים דאָך גאַנץ גוט. גע­װען אַמאָל אַ גאַנץ פֿײַנער מענטש, אַן אָנשטענדיקער, אַ סאָלי­דער. איז װוּ איז יענער יעװגעני אַהינגעקו­מען, אָסור צי איך װײס. נישט אַנדערש װי אַראָפּ פֿון גלײַכן.

קום איך צוריק צו דזשי­גאַנען און שו­מאַכערן, װאָס שפּילן אױס אַ סקיצע װאָס איז נישט נאָר קאָמיש, נאָר ס׳עסט זיך אײַן אין די בײ­נער.

דער לאָקאַטאָר:

„איז װיפֿל קומט אײַך פֿאַר אַ קראַן. צװישן דרײַ און פֿיר, פֿיר און פֿינף, פֿינף און אַכט?‟

דער אינסטאָלאַטאָר: „פֿאַר רעפּערירן, אַנדאָלירן, מאַניע­קירן. װיפֿל צאָלט מען? ס׳װענדט זיך, ס׳זײַנען דאָ קליענטן װאָס שאַצן אָפּ יענעמס אַרבעט, און ס׳זײַנען דאָ קליענטן, חזירים, קאַרגע הינט, סקנערעס, װאָס ליגן אױפֿן פּיאַס­טער װי אַ הונט אױף אַ בײן.‟

דער לאָקאַטאָר: „נו! מאַכט שױן אַ חשבון. גיט מיר אַ פּרײַז…‟

דער אינסטאָלאַטאָר: „איז הערט! ס׳זאָל נישט זײַן קײן גערעדעכץ. איר זאָלט נישט זאָגן אַז איך רײַס פֿון אײַך די הױט, װעט איר מיר געבן… װיפֿל איר פֿאַרשטײט.‟

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע ייִדן, מיר האָבן זיך געשפּאַרט אַזױ אַ פּאָר שעה צײַט, ביז מ׳איז געקומען צו אַ פּשרה. ער האָט מיר גע­געבן הונדערט דאָלאַר פֿאַר מײַן איבערזע­צונג, און איך האָב אים צוריקגעשיקט הונ­דערט דאָלאַר. אַזױ אַז מיר זײַנען געװען קװיט.