שניאורסאָנס ספֿרים זײַנען ווידער אין צענטער פֿון אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס

פֿון יעקבֿ לאָנדאָן

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

אין אַ יאָר אַרום וועט ווערן הונדערט יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט-מלחמה. צווישן דער אין-סופֿיקער צאָל געשעענישן פֿון יענער צײַט האָט זיך אָפּגע­שפּילט אויך דער עפּיזאָד, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק, וואָס די שניאורסאָנס — די ליובאַוויטשער רביס — האָבן געזאַמלט זינט דעם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. בײַ דער צײַט, ווען די מלחמה האָט געפֿאָדערט אַן עוואַקואַציע, האָט די ביבליאָ­טעק גע­האַט צענדליקער טויזנ­טער ספֿרים, כּתבֿ-ידן און דאָקומענטן. אַרומ­צו­פֿאָרן מיט אַזאַ באַגאַזש איז גע­ווען אוממעגלעך.

איז מען דאַן געקומען צו אַזאַ אײַנפֿאַל: מע דאַרף צעטיילן די ביבליאָטעק. אַרום 12 טויזנט ספֿרים און 15 טויזנט דאָקומענטן (אַרײַנגערעכנט 381 כּתבֿ-ידן) האָט מען געבראַכט קיין מאָסקווע. דאָרטן האָט די זאַמלונג זיך אָפּ­גע­היט אין דעם ביכער-סקלאַד פֿון די רײַכע מאָסק­ווער סוחרים פּערסיץ און פּאָליאַקאָוו. אָבער עס האָט זיך געמאַכט די רעוואָלו­ציע, און די באָלשעוויקעס האָבן אָנגעהויבן צו נאַציאָנאַליזירן אַלץ, וואָס עס האָט זיך נאָר געלאָזט, אַרײַנגערעכנט אַלע גרויסע פּריוואַ­טע ביכער-קאָלעקציעס. אַזוי זײַנען די ספֿרים און פּאַפּירן פֿון דער שניאורסאָן-זאַמלונג אַרי­בער אין דער ביבליאָטעק, וועלכע האָט שפּע­טער געהייסן „לענין-ביבליאָטעק”. איצט איז עס די מלוכישע ביבליאָטעק פֿון רוסלאַנד.

אַן אַנדער גורל האָט געהאַט דער צוויי­טער טייל פֿון דער זאַמלונג. צוזאַמען מיט די שניאורסאָנס איז זי געווען אַ צײַט אין דער דרום-רוסישער שטאָט ראָסטאָן. אין 1924 האָט ר׳ יוסף-יצחק שניאורסאָן געמוזט פֿאַר­לאָזן די שטאָט און זיך באַזעצן אין לענינגראַד. אַהין איז אויך געבראַכט געוואָרן זײַן ביבליאָ­טעק. אין 1927 האָבן די באָלשעוויקעס אים אַרעס­טירט און באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטי­שער טעטיקייט. ווי אַ „שׂונא פֿון דער רעוואָלו­ציע”, איז ער געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַ סאָווע­טישן געריכט, וואָס האָט אַרויסגעטראָגן דעם קורצן פּסק-דין: טויט.

אַ פּאָליצע מיט אַלטע ספֿרים פֿון שניאורסאָנס ביבליאָטעק, אין מאָסקווע
אַ פּאָליצע מיט אַלטע ספֿרים פֿון שניאורסאָנס ביבליאָטעק, אין מאָסקווע

אַ ברייטע אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע האָט פֿון דעסטוועגן געראַטעוועט דאָס לעבן פֿונעם רבין. מלוכה-לײַט און אינטעלעקטואַלן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער האָבן געפֿאָדערט, מע זאָל אים באַפֿרײַען. אין 1928 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן זיך צוצוהערן צו די פּראָטעסטן און האָט דערלויבט דעם רבין אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד. ער האָט זיך תּחילת באַזעצט אין ריגע, אָבער אין יאָר 1934 איז ער געקומען קיין פּוילן. קיין אַמערי­קע איז ער אָנגעקומען ערשט אין 1940, ווען אין אייראָפּע האָט שוין געפֿלאַקערט דאָס פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. פּוילן האָט ער פֿאַרלאָזט ווי אַ פּליט, אַזוי אַז וועגן מיט­נעמען זײַן ביבליאָטעק האָט קיין רייד ניט גע­קאָנט זײַן. די ביבליאָטעק איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס.

ווען היטלערס דײַטשלאַנד איז צעקלאַפּט געוואָרן, האָבן אַ סך אַרכיוון און ביכער-זאַמלונגען דורכגעמאַכט אַ וועג אויף מיזרח, קיין רוסלאַנד. זיי זײַנען באַטראַכט געוואָרן ווי טראָפֿעען פֿון דער נצחונדיקער מלוכה. דעם צווייטן טייל פֿון דער שניאורסאָן-זאַמ­לונג איז באַשערט געווען צו געפֿינען אַן אָרט בשכנות מיט דעם ערשטן טייל — אין מאָסקווע. תּחילת האָט מען עס געהאַלטן אין דעם צענטראַלן מלוכה-אַרכיוו פֿון דער רויטער אַר­מיי, וואָס הייסט איצט אַנדערש: דער מלוכישער מיליטערישער אַר­כיוו פֿון רוסלאַנד.

אין די יאָרן פֿון ליבעראַליזאַ­ציע פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און נאָך דער צעפֿאַ­לונג פֿון סאָ­וועטן-פֿאַרבאַנד האָבן די ליובאַווי­טשער ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָ­דערן, מע זאָל זיי אומקערן די ביב­ליאָ­טעק. עס איז שוין געווען אַ מאָ­מענט, ווען אַ רוסישער געריכט האָט אָנער­קענט זייערע רעכט. אָבער פֿון דעם איז גאָר­נישט ניט אַרויס. אינטערעסאַנט, אַז דאָס אַלץ קומט פֿאָר אויפֿן פֿאָן פֿון אַ געוואַלדיקן דער­פֿאָלג פֿון די ליובאַוויטשער אין רוס­לאַנד. עס קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז שיִער ניט דער פּרע­זידענט וולאַדימיר פּוטין אַליין שטיצט זייער טע­טיקייט. אָבער ווען עס קומט צו דער שניאור­סאָן-קאָלעקציע, וואַקסט אויס אַ וואַנט, בײַ וועל­כער אַלע באַמיִונגען עפּעס אויס­צו­פּועלן בײַ דער רעגירונג פֿאַרענדיקן זיך מיט גאָרנישט.

דער רוסישער צד דערלויבט צו נוצן די זאַמלונג, אָבער זאָגט זיך אָפּ עס אָפּצוגעבן, ניט געקוקט אויף שתּדלנות פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, סענאַטאָרן און אַ סך אַנדערע טוער. עס האָט ניט געהאָלפֿן אויך דער באַ­שלוס פֿון דעם וואַשינגטאָנער פֿעדעראַלן ריכ­טער רויס לאַמבערט, וועלכער האָט אין אויגוסט 2010 אָנערקענט די רעכט פֿון די ליו­באַוויטשער. פֿאַר וואָס האָט די רוסישע רע­גירונג זיך פֿאַרעקשנט? זייער פּשוט: מע האָט מורא צו שאַפֿן אַ פּרעצעדענט, וואָס וועט ווײַזן דעם וועג די איבעריקע געווע­זע­נע באַלע­באַטים פֿון ביכער און אַנדערע זאַכן, וואָס ליגן אין רוסישע מלוכישע זאַמלונג־אינסטיטו­ציעס. דער באַשלוס פֿון דעם ריכ­טער רויס לאַמ­בערט האָט געביטן דעם קלי­מאַט אין רוסיש-אַמעריקאַ­נער קולטורעלע באַ­ציִונגען, ווײַל רוסישע מוזעען און ביב­ליאָטעקן האָבן איצט מורא צו באַטייליקן זיך אין אויסשטעלונ­גען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די זאַך איז, אַז רוסישע עקספּאָנאַטן קאָנען אַרעס­טירט ווערן.

די טעג האָט די געשיכטע באַקומען אַ נײַע אַנטוויקלונג: דער ריכטער לאַמבערט האָט אַרויס­געטראָגן אַ באַשלוס, לויט וועלכן די רוסישע רעגירונג מוז צאָלן 50 טויזנט דאָלאַר אַ טאָג, און אַזאַ שטראָף דאַרף זיך האַלטן ביז דעם מאָמענט, ווען די ליובאַוויטשער קריגן צוריק זייער זאַמלונג. דער סאָוועטישער צד האָט גלײַך געענטפֿערט, אַז קיין רייד קען ניט גיין וועגן אָנערקענען דעם דאָזיקן באַשלוס. דאָס מיינט, אַז די מעשׂה איז נאָך ניט פֿאַרענדיקט גע­וואָרן. ס׳איז פּשוט אָנגעשריבן געוואָרן נאָך איין קאַפּיטל.