בירנבוים דער ייִד(ישיסט)

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

דער נאָמען נתן בירנבוים איז פֿאַר ס׳רובֿ „פֿאָרווערטס”־לייענער באַקאַנט ווי דער אָר­גאַ­ניזאַטאָר פֿון דער באַרימטער טשער­נאָווי­צער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין יאָר 1908, וווּ מע האָט פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַ­לע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק. אַחוץ דער דאָזי­קער פּראָקלאַמירונג, האָט די קאָנפֿערענץ זייער ווייניק אויפֿגעטאָן, אָבער אין דער געשיכ­טע פֿונעם ייִדישיזם איז זי אַרײַן ווי אַ וויכטי­קער סימ­באָלישער נצחון. ס׳איז אַרויס אַ היפּ­שע צאָל ביכער וועגן דער קאָנפֿערענץ, ספּע­ציעל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יובי­ליי, און פֿון די ביכער באַקומט דער לייע­נער דעם אײַנדרוק, אַז בירנבוים איז געווען אַ גרינ­דער פֿונעם ייִדישיזם, אַ קולטור־טוער אויפֿן זעלבן פֿאָרמאַט ווי פּרץ אָדער זשיטלאָוו­סקי.

נאָר איצט איז אַרויס אַ נײַע ביאָגראַפֿיע, וואָס שטעלט אַרײַן בירנבוימס ייִדיש־קאַפּיטל אינעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון זײַנע טע­טי­קייטן. דער היסטאָריקער דזשעס אָלסאָן האָט לאַנג זיך געגריבלט אינעם אויסערגעוויינט­לעך רײַכן אַרכיוו פֿון דער בירנבוים־משפּחה און אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע פּערזענלעכע פּאַ­פּירן, בריוו, און אַרטיקלען מאָלט ער אַן אַרומנע­מיק בילד פֿון דעם מאַן און פֿון זײַן אינטעלעק­טוע­לער סבֿיבֿה, וואָס האָט זיך כּסדר געביטן.

בירנבוים האָט (ענלעך צו זשיטלאָווסקין) אַלע פּאָר יאָר זיך געקערט אין אַן אַנדער אידעאָ­לאָגישער ריכטונג. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ ציו­ניסט (דאָס וואָרט אַליין — „ציוניסט” האָט ער צוגעטראַכט); דערנאָך איז ער געוואָרן אַ פֿאָל­קיסט (אַ מער אַלגעמיינער מין ייִדישער נאַציאָנאַליסט); דערנאָך — אַ ייִדישיסט; דער­נאָך — אַן אַגודהניק; און צום סוף — ווײַטער פֿרום, אָבער אַ ביסל מער מאָדערן. פֿון אָל­סאָנס זייער פּרטימדיקער און מער באַלאַנסירטער באַשרײַבונג, שטעלט זיך אַרויס, אַז דער ייִדי­שיזם האָט פֿאַרנומען גאָר אַ קורצע תּקופֿה אין בירנבוימס לעבן.

Jess Olson. Nathan Birnbaum and Jewish Modernity: Architect of Zionism, Yiddishism, and Orthodoxy. Stanford University Press, 2013.
Jess Olson. Nathan Birnbaum and Jewish Modernity: Architect of Zionism, Yiddishism, and Orthodoxy. Stanford University Press, 2013.

ניט געקוקט אויף זײַנע אידעאָלאָגישע בלאָנ­דזשענישן, זײַנען געוויסע אידעען געבליבן בײַ בירנבוימען כּסדר. ער האָט, למשל, שטענ­דיק באַטראַכט די ייִדן ווי אַ פֿאָלק און אים צו­גע­טיילט אַ ביאָלאָגישע, אַ ראַסישע איינהייטלעכ­קייט. שפּראַך איז קיין מאָל ניט געווען דער עיקר פֿון זײַן ייִדישקייט — וואָסער שפּראַך אַ ייִד זאָל ניט רעדן, בלײַבט ער דאָך אַ ייִד. אַפֿילו ווען ייִדיש האָט געזאָלט ווערן אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק, האָט בירנבוים זיך קיין מאָל ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די מערבֿדיקע ייִדן אָדער די ספֿרדים וועלן זיך דאַרפֿן אויסלער­נען דאָס לשון. העברעיִש האָט ער אויך קיין מאָל נישט געהאַלטן פֿאַר אַ שפּראַך, וואָס איז פּאַ­סיק פֿאַרן ייִדישן נאַציאָנאַלן רענעסאַנס — כאָטש ער האָט געגלייבט, אַז נאָר אַ קליינער טייל וועט טאַ­קע קענען זיך אויסלעבן אויף העברעיִש. בירנ­בוים האָט אַפֿילו, אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן פּובליציסטישער טעטיקייט, אָפֿן אויסגע­דריקט אַ ביטול צו ייִדיש: „דער דאָזיקער מישמאַש פּאַסט נישט ווי די שפּראַך פֿון אַ פֿאָלק, אַוודאי נישט פֿאַר אַ פֿאָלק וואָס וויל זיך אַרויפֿ­הייבן פֿון צוויי טויזנט יאָר גלות צוריק אַרויף צו די הייכן פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט און צו זײַן אַמאָליקער גרויסקייט”.

זײַן גאַנץ לעבן האָט זיך בירנבוים אָפּ­גע­געבן מיט שרײַבן און אַרויסגעבן אייגענע זשור­נאַלן — אַלע אויף דײַטש, אַחוץ איינעם: „ד״ר בירנבוימס וואָכנבלאַט”, וואָס ער האָט אַרויס­געגעבן אין טשערנאָוויץ נאָך דער קאָנפֿע­רענץ. זײַן אינספּיראַציע אַליין צו רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש איז געקומען זייער שפּעט און דווקא פֿון זײַן זון, שלמה, וואָס איז שפּעטער גע­וואָרן אַ באַרימטער ייִדישער פֿילאָלאָג. שלמה האָט דעם טאַטן אַזוי לאַנג דערמוטיקט און גע­דרייט אַ קאָפּ ביז זייער קאָרעספּאָנדענץ איז אַרי­בער אין גאַנצן אויף ייִדיש — אָדער אויף אַזאַ מין אָנהייבער־ייִדיש, ווי זיי האָבן דעמאָלט נאָך געשריבן. דער דאָזיקער דורכבראָך איז געקו­מען בשעת אַ נסיעה קיין אַמעריקע אין 1908, ניט לאַנג פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנ­פֿע­רענץ.

ווי קורץ בירנבוימס ייִדישיזם האָט גע­דויערט קען מען דרינגען פֿון דעם, אַז שוין אין משך פֿון יענער נסיעה, נאָך שווימענדיק אויפֿן וואַסער, האָט ער צום ערשטן מאָל גע­שפּירט דעם רוח־הקודש און אײַנגעזען, אַז ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט. פֿון אײַנ­זען ביז אָפּהיטן אַלע תּרי״ג מיצוות האָט, פֿאַר­שטייט זיך, נאָך געדויערט אַ פּאָר יאָר, אָבער עס זעט אויס, ווי בירנבוים האָט אויפֿגעהערט צו גלייבן אין ייִדיש נאָך איידער ער האָט אין ייִדיש אָנגעהויבן גלייבן.

הײַנט איז מען צוגעוווינט, אַז אַ געביל­דעטער מענטש זאָל פּלוצעם אַוועקוואַרפֿן זײַ­נע „טריפֿהנע” ביכלעך און אָנטאָן אַ שוואַר­צע יאַרמלקע, אָבער אין יענער צײַט איז דאָס נאָך געווען אַ זעלטנקייט. קיין „בעל־תּשובֿה־באַוועגונג” האָט ניט עקזיסיטירט, דער פֿאַרקער איז געגאַנגען נאָר אין איין ריכ­טונג — צו וועלטלעכקייט. און אָט קומט בירנ­בוים, דער גרויסער דענקער, אַ גרינדער פֿון ציוניזם, און „שמדט” זיך אָפּ פֿאַר אַן אַגודה­ניק, פֿאַר אַ פֿירער בײַ די פֿינצטערע כּוחות פֿון רעאַקציע. סטײַטש! — האָט מען געטראַכט, דער אַלטער איז משוגע געוואָרן.

דערפֿאַר האָבן די היסטאָריקער ביז אַהער ווייניק געפֿאָרשט בירנבוימס לעצטע און אפֿשר אינטערעסאַנטסטע סטאַדיע. ער האָט גע­פֿירט אַ לאַנגע קאָרעספּאָנדענץ מיט אַ וויזש­ני­צער חסיד, וואָס האָט אים אויסגעלערנט די אַלע פּיטשעווקעס פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטיי­גער און דעם חסידישן מינהג. די אַגודה האָט באַלד אויפֿגענומען בירנבוימען אין איר פֿירער­שאַפֿט און ער איז געפֿאָרן קיין ענגלאַנד און קיין אַמעריקע ווי איר שליח, כּדי צו שאַפֿן געלט און צוריקברענגען די ייִדן צו דער היילי­קער תּורה. ער האָט געחלומט צו שאַפֿן קאָלאָניעס פֿון פֿרומע ייִדן אין ארץ־ישׂראל — אַ וויזיע, וואָס בינדט זיך צונויף מיט זײַן פֿריִער­דיקן ציוניזם, און וואָס די אַגודה האָט צום טייל טאַקע אָנגענומען. אָבער נאָך עטלעכע יאָר האָט בירנבוים זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר צו ליבע­ראַל פֿאַר דער אַגודה, ווײַל ער האָט געהאַט צו טאָן מיט צו פֿיל אַפּיקורסים (למשל, מיטן פֿראַנק­פֿורטער „לערהויז”), און ער איז שטילערהייט אַוועק פֿון איר.

בכלל מאַכט בירנבוים דעם אײַנדרוק פֿון אַ קינסטלערישער נשמה, אַ גוואַלדיק שעפֿע­רישן מענטש, וואָס קען ניט געפֿינען זײַן פּלאַץ, וואָס פֿילט זיך אין ערגעץ ניט אין דער היים. ער איז כּסדר געגאַנגען מיט עטלעכע טריט פֿאָרויס פֿון זײַנע מיטצײַטלער, געקומען מיט די ריכטי­קע אידעען, אָבער אַ ביסל פֿאַר דער ריכטי­קער צײַט. זײַן ערגסטער טעות איז אַוודאי גע­ווען, וואָס ער האָט געמאַכט אַ שלעכטן אײַנ­דרוק אויף טעאָדאָר הערצלען כּמעט פֿון די ער­שטע מינוטן, וואָס זיי האָבן זיך באַקענט. הערצל האָט אים גלײַך געהאַלטן פֿאַר אַ שנאָרער און גאָר אין גיכן אים אַרויסגעשטופּט פֿון דער ציוניס­טישער פֿירערשאַפֿט. אויף שריט און טריט, קען מען זאָגן, אַז ס׳איז אים שטענדיק נאָכגעגאַנ­גען דאָס שלימזל. מע פֿרעגט זיך טאַקע: וואָס וואָלט געוואָרן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ווען דער אייבערשטער וואָלט בירנבוימען כאָטש אַ ביסל צוגעהאָלפֿן?