בעלגישע פּאָליטיקער הייבן אָן רעדן וועגן דעם חורבן

דער פֿלעמישער פּרעמיער-מיניסטער, קריס פּעעטערס (דער צווייטער פֿון לינקס), באַזוכט דעם בעלגישן חורבן־מוזיי אין מעכעלען, אין נאָוועמבער 2012
Courtesy of Kris Peeters Vlaaams minister-president
דער פֿלעמישער פּרעמיער-מיניסטער, קריס פּעעטערס (דער צווייטער פֿון לינקס), באַזוכט דעם בעלגישן חורבן־מוזיי אין מעכעלען, אין נאָוועמבער 2012

Published January 24, 2013, issue of January 25, 2013.

אַנטווערפּן, בעלגיע (ייִט״אַ). — ווי אַ שוועס­טער פֿונעם סאַמע וויכטיקסטן נאַצי אין בעל­גיע, האָט מאַדעלען קאָרנע גוט גע­וווּסט, אַז ס׳איז בעסער נישט צו פֿרעגן קיין קשיות וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די דרײַ פֿרויען, וועל­כע זי האָט געדונגען ווי דינסט-מייד­לעך אין אָקטאָבער 1942. קאָרנע האָט נישט גע­וואָלט זיך אַרײַנמישן טיפֿער אין דעם סוד, וועלכן זי האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז אירע באַ­די­נערינס זענען ייִדן. מאַדעלענס ברו­דער, לעאָן דעגרעל, דער בעלגישער פּאָליטי­קער און נאַ­צי-קאָלאַבאָראַטאָר, האָט אָרגאַני­זירט די דע­פּאָר­טאַציע פֿון די אָרטיקע ייִדן; די פֿרויען האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן אויסצובאַ­האַלטן זיך.

די אומגעוויינטלעכע מעשׂה וועגן מאַדע­לען קאָרנע און איר מאַן, אַנרי, איז באַוווּסט געוואָרן בלויז מיט עטלעכע חדשים צוריק, צווישן אַ גאַנצער כוואַליע פֿון אַרטיקלען אין דער בעלגישער פּרעסע וועגן דער ראָלע פֿו­נעם דאָזיקן לאַנד בעתן חורבן, וועלכע עס זע­נען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם פֿאַרגאַנגע­נעם יאָר.

28,902 בעלגישע ייִדן זענען אומגעקו­מען בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערשט איצט, לאַנג פֿאַרשפּעטיקט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, האָט בעל­גיע זיך פּלוצעם פֿאָקוסירט אויף איר חלק אין דער חורבן-געשיכטע. אינעם פֿאַרגאַנגע­נעם יאָר, האָט זיך אין בעלגיע געעפֿנט דער ער­שטער חורבן-מוזיי; צום ערשטן מאָל, האָט די אָרטיקע רעגירונג אָנערקענט די ראָלע, וואָס זי האָט געשפּילט אין די רדיפֿות פֿון אירע ייִדי­שע בירגער.

דער אָנערקענונג-פּראָצעס האָט זיך אָנ­גע­הויבן אין אויגוסט, ווען דער מעיאָר פֿון אַנטווערפּן האָט זיך מודה געווען, אַז בעל­גיע איז געווען באַטייליקט אין די נאַצי-פֿאַר­ברעכנס. באַלד נאָך דעם איז זײַן קאָלעגע פֿון בריסל און די פֿירער פֿון עטלעכע אַנדערע מו­ניציפּאַליטעטן אויפֿגעטראָטן מיט ענלעכע מחילה-רעדעס. צום סוף, האָט דער בעלגי­שער פּרעמיער-מיניסטער, עליאָ די רופּאָ, געמאָלדן, אַז „מיר מוזן האָבן די דרייסטקייט צו זאָגן דעם אמת: די בעלגישע מלוכישע אינסטאַנצן האָבן כּסדר אָנטיילגענומען אין דער פֿאַר­פֿאָל­גונג פֿון ייִדן‟.

מיט אָט-די ווערטער איז דער פּרעמיער אויפֿגעטראָטן בעת אַ מעמאָריאַלער צערע­מאָניע אין מעכעלען — דאָס אָרט, פֿונוואַ­נען מער ווי אַ דריטל פֿון דער בעלגישער ייִדי­שער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט באַטראָפֿן פֿאַר דער מלחמה בערך 66,000 נפֿשות, זענען אָפּ­גע­שיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, לויט דעם חשבון פֿו­נעם מוזיי „יד ושם‟.

אינעם איצטיקן חודש, האָט אַ קאָמיטעט פֿו­נעם בעלגישן סענאַט אָנגענומען אַ ווייכע­רע ווערסיע פֿונעם פּרעמיערס ווערטער, און זיך בלויז מודה געווען, אַז „געוויסע בעלגי­שע אינ­סטאַנצן‟ האָבן געהאָלפֿן צו דעפּאָר­טירן די ייִדן. לויט די מערבֿ־אייראָפּעיִשע סטאַנ­דאַרטן, זענען די מחילה-רייד געקומען גאַנץ שפּעט. עסטרײַך האָט אָנערקענט איר חורבן־באַטיי­לי­קונג אינעם יאָר 1993; פֿראַנקרײַך און האָלאַנד — מיט צוויי יאָר נאָך דעם.

גווידאָ יאָריס, אַ רעדאַקטאָר פֿון דער אַנט­ווערפּענער ייִדישער וועכנטלעכער צײַטונג ״Joods Actueel„, האָט געזאָגט, אַז אַזאַ פֿאַר­שפּעטיקונג האָט צו טאָן, טיילווײַז, מיט די סיכסוכים צווישן דעם פֿלעמיש-רעדנדיקן און פֿראַנצויזיש-רעדנדיקן ראַיאָן, פֿלאַנדערס און וואַלאָניע. צוליב דעם, האָבן די צדדים פֿו­נעם סיכסוך נישט געקאָנט דערגרייכן אַ קאָנ­סענסוס וועגן אַנדערע ענינים. אַפֿילו אַזעלכע פּשוטע פֿראַגעס, ווי אַ פּראָיעקט פֿון אַ נײַעם אוניווערסיטעט אָדער אַ שפּיטאָל, ברענ­גען טאַקע אָפֿט צו דעבאַטן צווישן די פֿאָר­שטייער פֿון די צוויי עטנישע גרופּעס, די פֿלע­מי­שע און די וואַלונער. די געגנט-פּאָליטיקער פֿון די דרײַ אויטאָנאָמע ראַיאָנען פֿון דער קליינער ברעכיקער פֿעדעראַציע, באַציִען זיך איינער צום צווייטן מיט אַ חשד.

אַנרי און מאַדעלען קאָרנע אין זייער היים אין בריסל, אין די 1940ער יאָרן
Jan Maes
אַנרי און מאַדעלען קאָרנע אין זייער היים אין בריסל, אין די 1940ער יאָרן

דער היסטאָריקער יאַן מאַעס האָט אַנט­דעקט קאָרנעס מעשׂה, וועלכע איז פֿאַר­עפֿנט­לעכט געוואָרן אין דער דערמאָנטער ייִדי­שער צײַטונג, און אויסגעפֿונען איינע פֿון די אָפּ­געראַטעוועטע דינסטן, מיטן נאָמען חנה נאַ­דעל, וועלכע וווינט איצט אין ישׂראל. זי האָט דערציילט, אַז פֿאַרשיידענע מענטשן, פֿאַרבונדן מיט דער נאַצי-באַוועגונג, פֿלעגן כּסדר עסן וואַרמעס אין קאָרנעס הויז, ווען די דרײַ ייִדי­שע פֿרויען פֿלעגן זיך אויסבאַהאַלטן אינעם קע­לער. נאַדעלס מאַמע פֿלעגט צומאָל גרייטן געפֿיל­טע פֿיש, וואָס קאָרנע וואָלט פּרעזענטירט אירע געסט ווי אַ „מיזרחדיקער מאכל‟.

אַזעלכע בראַווע משפּחות זענען געווען אין בעלגיע נישט אַזאַ זעלטנקייט, ווי אין אַנ­דע­רע אייראָפּעיִשע לענדער. 1,612 בעלגיער גע­פֿי­נען זיך אין דער רשימה פֿון חסידי-אומות-העולם — נישט-ייִדן, וועלכע האָבן געראַטע­וועט ייִדן בעת דעם חורבן — לויט דער ידיעה פֿון „יד ושם‟. די דאָזיקע צאָל איז די דריט-גרעס­טע אין מערבֿ־אייראָפּע, נאָך פֿראַנקרײַך (3,513 מענטשן) און האָלאַנד (5,204), און אַ סך גרע­סער, ווי אין דײַטשלאַנד און איטאַליע (אַרום 500).

די משפּחה קאָרנע איז אָבער נישט אויף דער ליסטע פֿון חסידי-אומות-העולם, ווײַל נאַדעל, איצט אַ 86־יאָריקע פֿרוי, האָט קיינ­מאָל נישט איבערגעגעבן די אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי דעם מוזיי „יד ושם‟. אין אַן איטער­וויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט נאַדעל דערקלערט, אַז זי האָט געוואָלט עס טאָן, נאָר באַשלאָסן, אַז אַזאַ פּיר­סום וואָלט געקאָנט ברענגען קאָרנעס משפּחה אַ היזק, צוליב אירע נאָענטע פֿאַרבינדונ­גען מיט די נאַציס.

אַזוי ווי דעגרעל, האָבן הונדערטער בעל­גיער — אַרײַנגערעכנט אַ סך פּאָליציאַנטן — כּסדר געהאָלפֿן די נאַציס, דירעקט צי אומ­די­רעקט, צו זוכן און דעפּאָרטירן די ייִדן. אַלע מוניציפּאַליטעטן האָבן געפֿאָלגט דעם נאַצי־באַפֿעל צו רעגיסטרירן אַלע ייִדן אונטער זייע­רע יוריסדיקציעס. בלויז דער בריסלער ראַיאָן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן די אָרטיקע ייִדן די צייכנס מיט געלע שטערנס.

אינעם יאָר 2007, האָט דער בעלגישער „צענ­טער פֿאַר היסטאָרישער פֿאָרשונג און דאָ­קו­מענטאַציע פֿון דער מלחמה און דער הײַנ­טיקער געזעלשאַפֿט‟, פּובליקירט אַ באַ­ריכט אויף 1,100 זײַטן, מיטן נאָמען „די פֿאָלגעוו­די­קע בעלגיע‟, וווּ עס ווערן דאָקומענ­טירט פֿאַקטן פֿון סיסטעמאַטישער קאָלאַבאָראַציע פֿון דער מלוכה מיט די נאַצי-רדיפֿות קעגן ייִדן און ציגײַ­נער. די פֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגע­הויבן מיט אַ צענד­ליק יאָר צוריק. ערשט הײַנט, אָבער, האָט דער סע­נאַט אָנערקענט אַ טייל פֿון די ידיעות.

מאַעס האָט דערקלערט, אַז אויף דער פֿראַנ­צויזישער זײַט פֿון בעלגיע האָט די רעגי­רונג נישט אָפּגעהיט ווי געהעריק די נייטיקע דאָקומענטן, דערפֿאַר האָט די פֿאָרשונג פֿאַרנו­מען אַזאַ לאַנגע צײַט. להיפּוך, האָבן די פֿלעמי­שע אינסטאַנצן אַלץ פּרטימדיק אַרכיווירט. ד״ר עריק פּיכאַר, דער גרינדער פֿון דער בריסע­לער „אַסאָציאַציע פֿונעם חורבן-אָנדענק‟, האָט צוגעגעבן אַן אַנדער מאָמענט, צוליב וועלכן די בעלגישע פּאָליטיקער האָבן ביז לעצטנס נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם נאַצי-גענאָציד. אינעם פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן ראָיאָן איז אומגע­קו­מען אַרום אַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעל­קע­רונג, און אינעם פֿלעמישן — דרײַ פֿערטל. פֿאַר דער מלמחה האָבן אין ביידע טיילן פֿון בעל­גיע געלעבט בערך די זעלבע צאָל ייִדן. פֿון כּנען ליפֿשיץ