גאָלדפֿאַדענס יאָרצײַט

אַלט־קאָנסטאַנטינאָווער ניו־יאָרקער בײַ דער מצבֿה פֿון זייער גרויסן בן־עיר, אבֿרהם גאָדלפֿאַדען
אַלט־קאָנסטאַנטינאָווער ניו־יאָרקער בײַ דער מצבֿה פֿון זייער גרויסן בן־עיר, אבֿרהם גאָדלפֿאַדען

פֿון יצחק ווײַנשלבוים

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

דעם 9טן יאַנואַר 1908, אין ניו-יאָרק, איז ניפֿטר געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע פּער­זענלעכקייטן אין דער ייִדישער קולטור און שפּראַך — אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. גאָלדפֿאַדענס צו­שטײַער אינעם אוצר פֿון דער ייִדישער קונסט איז נישט צו פֿאַרגלײַכן; ער איז גע­ווען דער פֿאָטער פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַ­טער, פֿאַר וועלכן ער האָט געשאַפֿן אַ גאַנצע ביבליאָטעק פֿון פּיע­סעס, וואָס אַ סך פֿון זיי ווערן באַטראַכט ווי קלאַסישע. די דראַ­מעס „שולמית‟, „בר-כּוכבא‟, „די מכשפֿה‟, „די צוויי קונע-לעמל‟ און אַנדערע ווערן כּסדר גע­שפּילט אויף די טעאַטראַלע סצע­נעס אַרום דער וועלט.

הײַיאָר וועט מען, האָפֿנט­לעך, אָפּ­מערקן גאָלדפֿאַדענס 105טן יאָרצײַט מיטן אײַנ­שטעלן אַ מע­מאָריאַלן טאָוול אויפֿן הויז, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און גע­לעבט, אין דער שטאָט אַלט-קאָנ­סטאַנטין, אוקראַיִנע. נישט גע­קוקט אויפֿן גרויסן היזק בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז זײַן הויז אָפּגעהיט גע­וואָרן. צוויי אַקטיוויסטן פֿון דער דאָרטיקער ייִדי­שער קהילה, דער פּעדאַ­גאָג און פּאָעט שמעון רו­דיאַק און זײַן ווײַב, די דאָקטאָ­רין רות ברוד­נאַיאַ, האָבן געבראַכט די דאָזיקע גוטע בשׂורה.

אבֿרהם גאָדלפֿאַדען
אבֿרהם גאָדלפֿאַדען

זיי האָבן מיר איבער­געגעבן, אַז די שטאָ­טישע אַדמיניס­טראַ­ציע האָט גוט­גע­הייסן דעם פּראָיעקט. דאָס דערמאָנטע פּאָר­פֿאָלק וועט עס אַליין שטיצן. נישט איין מאָל האָב איך, צוזאַ­מען מיט אונדזערע לאַנדסלײַט — דעם פּאָעט פּיאָטר זילבער און אַהרן קאָ­גאַן, אַן אַר­טיסט פֿונעם טעאַ­טער „גאָסעט‟ — זיך גע­ווענדט אינעם קולטור-מיניסטעריום פֿון דער אוקראַיִנישער סאָ­ווע­טי­שער רעפּובליק מיטן פֿאָרלייג אײַנצו­שטעלן אַ מעמאָ­ריאַלן טאָוול אויף גאָלדפֿאַ­דענס הויז, כּדי צו פֿאַר­איי­ביקן דעם נאָ­מען פֿונעם גרויסן טעאַטער־טוער, דראַמאַטורג און דיכ­טער. סוף-כּל-סוף, פֿיל איך זיך זייער צופֿרידן, אַז דער דאָזיקער גע­דאַנק ווערט פֿאַר­ווירק­לעכט.

בײַם שלוס-אָוונט נאָכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אין ברוקלין, בין איך אויפֿ­געטראָטן מיט אַ מעל­דונג וועגן דעם פּלאַ­נירטן אָנ­דענק-צייכן, דער­ציילט וועגן מײַן טרוים צו שאַפֿן אין גאָלדפֿאַ­דענס הויז אַ מוזיי, און פֿאָרגעשלאָגן צו פֿאָר­מירן אַן איני­ציאַ­טיוו־גרופּע, כּדי אויס­צו­אַר­בעטן דעם דאָ­זיקן פּראָ­יעקט, אין וועלכן עס האָבן זיך פֿאַראינטע­רע­סירט: דמיט­רי מרגלית, דער פּרע­זי­דענט פֿון דער „אַסאָ­ציאַ­ציע פֿון מיזרח-אייראָ­פּעיִ­שע ייִדן‟; באָ­ריס סאַנד­לער, אַ ייִדי­שער שרײַ­בער און דער רע­דאַק­טאָר פֿו­נעם ייִדישן „פֿאָר­ווערטס‟; מי­כאַיִל נע­מיראָוו­סקי, דער הויפּט פֿון דער רעדאַק­ציע-ראַט בײַ דער צײַ­טונג „פֿאָרום‟; אַריה קאַ­גאַן, אַ זשור­נאַ­ליסט און גע­זעל­שאַפֿט­לעכער טוער; יעוו­גע­ניאַ ראָ­זענ­צוויט, די וויצע-פּרע­זי­דענטין פֿו­נעם קינסט­לער-פֿאַר­איין; ווי אויך פֿאָר­שטייער פֿון אַ צאָל ניו-יאָרקער חסד-אָר­גאַ­ני­זאַ­ציעס.

די איניציאַטיוו-גרופּע האָפֿט, אַז דער מוזיי-פּראָיעקט וועט טאַקע פֿאַר­ווירקלעכט ווערן, אויב מער מענטשן אַרום דער וועלט, וועל­כע האָבן ליב און שאַצן אָפּ אונדזער קולטור און גע­שיכטע, וועלן זיך באַטייליקן אינעם דאָ­זיקן פּראָיעקט.

אין אָנדענק פֿון אונדזער גרויסן לאַנדס­מאַן, האָבן די מיט­גלידער פֿון דער אַלט-קאָנ­סטאַנטינער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ברוק­לין אַרויפֿ­געלייגט בלומען אויף גאָלד­פֿאַדענס קבֿר אויפֿן וואַ­שינגטאָן־בית־עולם, ווי אויך אויפֿן קבֿר פֿון זײַן ווײַב פּאָלינע.