װאַרשע, װאָס איז אַװעק אין אײביקײט

Warsaw - Gone Forever

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

דער שרײַבער יוסף הען געהערט צו דעם לעצטן דור פּױליש־ייִדישע ליטעראַטן, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין װאַרשע פֿאַרן חורבן. זײַן מעמואַר „נאָװאָליפּיע־גאַס” איז אַרױס אױף פּױליש מער װי צװאַנציק יאָר צוריק און איז איבערגעזעצט געװאָרן אױף עטלעכע שפּראַכן. סוף־כּל־סוף איז דאָס דאָזיקע מײַסטער­װערק געװאָרן צוטריטלעך דעם ענגלישן לײע­נער, און דערצו אין אַ שײנער איבערזע­צונג פֿון קריסטינאַ באָראָן.

הען איז אַ פּראָדוקטיװער מחבר, מיט צענד­ליקער פּובליקאַציעס אין פֿאַרשידענע זשאַ­נערס׃ קינאָ־סצענאַרן, ביאָגראַפֿישע שטו­דיען, ראָמאַנען, עסײען, זכרונות. ער שטאָלצירט מיט דעם, װאָס כּמעט זײַן גאַנץ לעבן האָט ער זיך מפֿרנס געװען װי אַ פֿרײַער ליטעראַט און ניט געדאַרפֿט דינען אין קײן מלוכישע אָדער עפֿנטלעכע אַנטשטאַלטן. אַזױ אַרום האָט ער אָפּגעהיט זײַן אומאָפּהענגיקײט פֿון דער קאָ­מוניסטישער מאַכט.

זײַן לעבנס־געשיכטע איז „טיפּיש” פֿאַר דער קליינער צאָל פֿון פּױליש־ייִדישע אינטעלי­גענטן, װאָס האָבן געהאַט דעם גוטן מזל איבער­צו­לעבן אַלע צרות פֿונעם צװאַנציקסטן יאָר­הונ­דערט. דאָס הײסט, אַז ער איז פֿאַרבליבן לעבן אַ דאַנק אַ גאַנצער רײ נסים, װאָס האָבן צופֿע­ליק געראַטעװעט זײַן לעבן. געבױרן אין 1923 אין אַ רעלאַטיװ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה (זײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז געװען צו­קער), איז יוסף הען אױפֿגעװאַקסן אינעם סאַמע צענ­טער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װאַרשע. און אין זײַנע זכרונות איז ער מיט גרױסער התמדה מחיה־מתים דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין די סאַמע קלײנע פּרטים. װי אײנער פֿון די סאַ­מע לעצטע עדות פֿון יענער צײַט, האַלט ער פֿאַר זײַן מאָראַלישן און קינסטלערישן חובֿ אָפּ­צוהיטן דעם לעצטן אָנדענק פֿון זײַנע שכנים און זײַן משפּחה, װאָס כּמעט אַלע זײַ­נען זײ אומגעקומען אינעם חורבן.

Józef Hen. Nowolipie Street. Translated from the Polish by Krystyna Boron. DL Books LLC, 2012.
Józef Hen. Nowolipie Street. Translated from the Polish by Krystyna Boron. DL Books LLC, 2012.

װען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט װאַרשע, איז הען געװען 19 יאָר אַלט. אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן קײן סאָװעטן־פֿאַר­באַנד, צוערשט אױף אוקראַיִנע, װוּ ער האָט געבױט דעם שאָסײ צװישן לעמבערג און קיִעװ, און דערנאָך קײן אוזבעקיסטאַן, װוּ ער איז שיִער ניט אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. גע­ראַטעװעט האָט אים די אַרמײ־דינסט, און ער האָט זיך אומגעקערט קײן פּױלן װי אַן אָפֿיציר פֿון דער סאָװעטיש־פּױלישער „פֿאָלקס־אַרמײ”.

הען ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿונעם יוגנט־זשורנאַל „מאַלי פּזשעגלאָנד” („קלײן רע­װיו”), װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן דורך יאַנוש קאָרטשאַק אין 1926 און איז אַרױסגעגאַנגען ביז 1939. נאָך דער מלחמה האָט יוסף הען געפֿו­נען אַ מער־װײניקער רויִקן װינקל אין דער פּױ­לי­שער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, הגם פֿון צײַט צו צײַט האָט ער געמוזט אױסהאַלטן אַנטיסע­מי­טישע רדיפֿות. די אַנטיסעמיטן אױף צו להכעיס האָט ער ניט געװאָלט פֿאַרלאָזן פּױלן, כאָטש זײַן מוטער האָט געלעבט אין ישׂראל.

אין זײַן ליטעראַרישן געשמאַק איז הען גאַנץ קאָנסערװאַטיװ. ער האַלט זיך פֿאַר אַ רעאַ­ליסט און האָט ליב אײראָפּעיִשע קלאַסיק, בפֿרט די רוסישע און די פֿראַנצױזישע ליטע­ראַטור. און דװקא אָט די קלאַסישע השפּעה מאַכט „נאָװאָליפּיע־גאַס” באַזונדערס חנעװדיק. דאָס בוך איז אַן אָפּקלאַנג פֿון מאַסעל פּרוסטס עפּישן ראָמאַן „אין זוכענישן נאָך די פֿאַרלױ­רענע צײַטן”. דער סאַמע קלענסטער פּרט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װאַרשע פֿאַר­מאָגט אין הענס אױגן אַן אוניקאַלן װערט, װײַל דאָס דאָ­זיקע לעבן איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אָן שפּורן. דער טאָג־טעגלעכער הו־האַ פֿון אַ װאַר­שע­װער הױף, באַװױנט מיט פֿילצאָליקע ייִדי­שע און ניט־ייִדישע תּושבֿים װערט אױס­גע­מאָלט אי עטנאָגראַפֿיש אי קינסטלעריש. אָבער די אונטערשטע שורה פֿון יעדער שילדע­רונג אָדער עפּיזאָד, בלײַבט די זעלבע: „איך װײס ניט, װי אַזױ זײ זײַנען אומגעקומען”.

הען פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן כּוח־הזכּרון, װאָס איז געװאָרן נאָך שאַרפֿער מיטן עלטער. ער האַלט עס פֿאַר נאַטירלעך, אַז װי אַן אַל­טער ייִד קומט ער צוריק צו זײַנע קינדער־יאָרן אין זײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג. אָבער זײַנע שילדערונגען האָבן ניט נאָר אַ ליטעראַריש־קינסטלערישן װערט. ער פֿאַרפֿיקסירט זײער פּינקטלעך כּלערלײ קולטורעלע און סאָציאַ­לע ענדערונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם לעבן פֿון פּױלישע ייִדן אין משך פֿון די 1920ער און די 1930ער יאָרן. די סימנים פֿון אַסימי­לאַ­ציע זײַנען געװען אומעטום. למשל, ער מערקט אָפּ װי אַ סך תּושבֿים פֿון זײַן הױף האָבן מיט דער צײַט אױפֿגעהערט צו בױען סוכּות בעתן יום־טובֿ. מען איז אױך געװאָרן װײניקער אָפּגע­היט מיט כּשרות און שבת.

„בײַ מיר איז קײן מאָל ניט געװען קײן קאָנ­פֿליקט צװישן דער ייִדישער געשיכטע פֿון תּנ״ך און דער פּױלישע געשיכטע. פֿאַרקערט, אײנע האָט געשטיצט די אַנדערע אין מײַן האַרצן. בײדע געשיכטעס זײַנען געװען גאַנץ ענלעך׃ אין בײדע פֿאַלן זײַנען די זאַכן געגאַנגען באַרג–אַראָפּ, פֿון גדולה צו מפּלה” — אַזױ באַ­שרײַבט הען זײַן אױפֿװאַקסן „צװישן צװײ װעלטן” — דער ייִדישער און דער פּױלישער. זײַן פֿאָ­טער, װאָס האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה און האָט זיך אַרױפֿגעאַרבעט פֿון אַ שלאָ­סער צו אַ רעלאַטיװ פֿאַרמעגלעכן געשעפֿטס­מאַן, האָט זיך קײן מאָל ניט אױסגעלערנט צו לײענען פּױליש, בעת זײַן זון האָט געשלונגען הונדערטער פּױלישע ביכער און געשריבן אײגענע דערצײלונגען אױף פּױליש פֿונעם על­טער פֿון אַכט יאָר.

הען האָט זיך געלערנט אין אַ פּריװאַטער ייִדישער גימנאַזיע און איז געװען אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין דער פּױלישער קולטור. אָבער ניט געקוקט אױף זײַן אײַנגעװאָרצלטקײט אין דער דאָזיקער קולטור, פֿילט ער זיך װי אַ יתום. ער זאָגט, דרך־אַגבֿ, װעגן זײַן שול׃ „עס איז ניטאָ קײן אָנדענק־שילדל אױפֿן אָרט פֿון אונדזער גימנאַזיע. אונדזער צאָל איז געבליבן צו קלײן, אַז מיר זאָלן קאָנען עס אױפֿשטעלן”. און דאָס איז דער לײט־מאָטיװ פֿונעם גאַנצן בוך׃ דאָס אַמאָליקע לעבן איז אױסגעמעקט געװאָרן, און קײנער איז ניט פֿערבליבן אַפֿילו אױף אױפֿ­צושטעלן אַן אָנדענק־שילדל נאָך די אַלע אומ­געקומענע מענטשן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.