דער ווירוס ״HIV״ ווי אַ רפֿואה קעגן ראַק

The HIV Virus as a Treatment against Cancer

אינטערנעץ-בילדער פֿון עמילי ווײַטהעד
Getty Images
אינטערנעץ-בילדער פֿון עמילי ווײַטהעד

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

אַ סך מענטשן, ווען מע וואָלט בײַ זיי געפֿרעגט, וועלכע מחלות זענען די סכּנות­דיקסטע, וועלן, מסתּמא, אָנרופֿן ראַק און „איידס‟ — דער סינדראָם פֿון אימוני­טעט-מאַנגל, וועלכער ווערט פֿאַר­שפּרייט דורך דעם ווי­רוס ״HIV״.

מיט אַ יאָר צוריק האָט אַ גרופּע דאָק­טוי­רים בײַם אָנקאָלאָ­גישן „אַבראַמסאָן־צענ­טער‟ בײַם פּענסילוועניער אוניווערסי­טעט, בראָש מיט ד״ר קאַרל דזשון, איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן גע­שאַפֿן אַ גענעטיש־מאָדיפֿי­ציר­טע ווער­סיע פֿונעם דערמאָנטן ווירוס, וועל­כער טראָגט נישט אין זיך אַ סכּנה פֿון „איידס‟ און אַטאַ­קירט די ראַק-צעלן אינעם מענטש­לעכן אָרגאַ­ניזם. די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזי­קער פֿאָר­שונג זע­נען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם „נײַ־ענג­לענ­דער זשורנאַל פֿון מעדיצין‟.

נישט לאַנג צוריק האָט די פּרעסע איבער­געגעבן, אַז אַ זיבן-יאָריק מיידל אין פֿילאַדעל­פֿיע מיטן נאָמען עמילי ווײַטהעד, איז אינגאַנצן אויסגעהיילט געוואָרן פֿון אַ גאָר-שווערער ליי­קעמיע. ווײַטהעד איז געווען איינע פֿון עט­לעכע פּאַציענטן, וועלכע האָבן מסכּים גע­ווען אויסצו­פּרוּוון דעם מאָדיפֿיצירטן ״HIV״־ווירוס, ווײַל קיין אַנ­דערע מיטלען וואָלטן זיי נישט געקאָנט העלפֿן. דער עקספּערימענט האָט געוויזן ממש וווּנדערלעכע רעזול­טאַטן. ס׳זעט אויס, אַז דער ווירוס האָט פֿאַר­ניכ­טעט די ראַק-צעלן; מיט עט­לע­כע חדשים פֿריִער האָט ווײַט­העד גע­האַלטן בײַם שטאַרבן, און איצט איז זי אין רעמיסיע.

נאָך עטלעכע פּאַציענטן האָבן זיך אויסגעהיילט פֿון ראַק. הגם אין צוויי פֿאַלן האָט די נײַע טעראַ­פּיע בכלל נישט געהאָלפֿן, האָפֿן די דאָקטוירים צו פֿאַרבעסערן דעם מע­טאָד. די טעראַפּיע גופֿא איז נישט פֿון די גרינ­גע רפֿואות; ווײַטהעד איז שיִער נישט גע­שטאָרבן אינעם פּראָצעס. אַ צאָל פֿירנדיקע אָנקאָ­לאָגן האָבן אָבער באַטאָנט, אַז די רעזולטאַטן זענען „פֿאַנטאַסטישע‟, און אַז די המצאה צו פֿאַרוואַנדלען דעם ווירוס ״HIV״ אין אַ מעכ­טיק געווער קעגן ראַק קאָן ברענ­גען אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין מעדיצין.

אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם סטענפֿאָרד-אוני­ווערסיטעט האָט נישט לאַנג צוריק איבער­גע­געבן וועגן אַן אַנדער חידושדיקן עקס­פּע­רי­מענט מיט גענעטישע מאָדיפֿיקאַציעס. זיי האָבן גע­ביטן די אַזוי-גערופֿענע ״T״-צעלן — די זעל­בע, וואָס אין דער דערמאָנטער חידושדי­קער טעראַ­פּיע זענען אויסגענוצט געוואָרן צו באַקעמפֿן ראַק — אויף אַזאַ אופֿן, וואָס „איידס‟ קאָן זיי נישט שאַטן. די פֿאָרשער האָפֿן, אַז דער נײַער מעטאָד וועט, מעגלעך, קאָנען העלפֿן די קראַנקע אויף „איידס‟ זיך צו באַגיין אָן טעגלעכע מעדיקאַמענטן. אַנשטאָט צו געבן אַ רפֿואה, קאָן מען ענדערן די עצם-צעלן אינעם גוף און צוגעבן זיי אַ ספּעציעלן בלאָק קעגן „איידס‟.

פֿאַרשיידענע מינים גענעטישע טעראַפּיעס איז אַ רעלאַטיוו נײַ געביט אין מעדיצין, וואָס ווערט איצט אַקטיוו אַנטוויקלט אַרום דער וועלט. נישט אַלע מענטשן זענען אָבער צו­פֿרידן מיט אַזעלכע פֿאָרשונגען. אַ ריי עקאָ­לאָ­גישע אָרגאַניזאַציעס זענען בפֿירוש באַ­זאָרגט מיט גענעטישע טעכנאָלאָגיעס, האָבנדיק מורא פֿאַר מעגלעכע בײַ־עפֿעקטן. אויב מע הייבט שוין אָן איבערמאַכן סכּנותדיקע ווירוסן און „פֿאַרבעסערן‟ מענטשלעכע צעלן, טענהן זיי, ווער ווייסט, ווי ווײַט קאָנען אַזעלכע עקס­פּע­רימענטן דערפֿירן?