אַ ייִד פֿון שארית-הפּליטה באַלוינט אין אויסטראַליע

Jewish Holocaust Survivor Receives Australian Medal

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

סידני, אויסטראַליע (ייִט״אַ). — עדי דזשאַקו, אַ 92־יאָרי­קער ייִד, אַ געוועזענער אָסיר פֿון אוישוויץ, איז געווען צווישן עטלעכע ייִדן, וועלכע זע­נען באַלוינט געוואָרן דעם 26סטן יאַנואַר, דעם אָפֿי­ציעלן „טאָג פֿון אויסטראַליע‟. דזשאַקו, וועלכער דינט ווי אַ וועג­ווײַזער בײַם ייִדישן מו­זיי אין סידני פֿון 1992, האָט באַ­קומען אַ „מעדאַל פֿונעם אויסטראַ­לישן אָרדן‟. בסך-הכּל, זענען בעת די פֿײַערונגען פֿו­נעם נאַ­ציאָנאַלן טאָג באַלוינט גע­וואָרן 425 מענער און 146 פֿרויען.

אין אַן אינטערוויו פֿאַר „דזשיי-ווײַר‟, אַן אָרטיקע ייִדישע וועבזײַט, האָט דזשאַקו דערציילט, אַז ער האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, אָבער פֿאַרלוירן אַ סך חבֿרים און קרובֿים בשעת דעם חורבן. זײַן ווײַב האָט זיך אויך אײַנ­געגעבן איבערצולעבן אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער.