„אויף דער לינקער זײַט” — די געשיכטע פֿון די ישׂראלדיקע לינקע אין פֿיר טיילן

"On the Left Side" - A Documentary of the Israeli Left

רון כּחלילי, דער שאַפֿער, און דער לאָגאָ פֿון דער סעריע „על צד שׂמאל” 
(אויף דער לינקער זײַט)
רון כּחלילי, דער שאַפֿער, און דער לאָגאָ פֿון דער סעריע „על צד שׂמאל” (אויף דער לינקער זײַט)

פֿון עדי מהלאל

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

די געשיכטע פֿון די לינקע קרײַזן — פּאַר­טייען, באַוועגונגען און שטרעמונגען — אין מדינת-ישׂראל, נייטיקט זיך, קודם-כּל, אין אַן ענט­פֿער אויף דער גרינטלעכער פֿראַ­גע: צי האָט עס ווען בכלל עקזיס­טירט אַזאַ פֿענאָמען ווי „לינקע” אין מדינת-ישׂראל? זיכער, פֿעלן נישט די וואָס האָבן דורך די יאָרן כאָטש כּלפּי-חוץ זיך באַניצט מיט דער לינקער-רעטאָריק. אָבער אַן עכט־לינקע באַ­וועגונג, וואָס שטייט תּמיד אויף דער זײַט פֿון די אונטערדריק­טע און וואָס אַנטהאַלט בלויז אוניווערסאַלע ווערטן — דאָס איז שוין מוטל-בספֿק.

גערעכט איז רון כּחלילי (לייענט: קאַכלי­לי), דער שאַפֿער פֿון דער נײַער דאָקומענטאַר־סעריע „על צד שׂמאל” (אויף דער לינקער זײַט), אַז נאָר אויף אַ קורצן מאָמענט אין די אָנ­הייב 1970ער יאָרן, האָט געבליצט אַ מין עכט לינק שטראַלעכל אין ישׂראל. דאָס איז געשען בשעת די סאָציאַליסטי­שע באַוועגונג „מצפּן” (אַ קאָמפּאַס), וואָס האָט גלײַך נאָך יוני 1967 גע­רופֿן ישׂראל תיכּף-ומיד צו­ריקצוציִען זיך פֿון די אָקו­פּירטע שׁטחים, האָט גע­נומען מאַכן שותּפֿות מיט די „שוואַרצע פּאַנ­טערן‟. די „פּאַנ­טערן‟, אינ­ספּירירט פֿון דער באַ­רימ­טער אַפֿ­ריקאַנער-אַמע­רי­קאַנער גרופּע פֿון יענע יאָרן, האָבן אַרויס­געהויבן דאָס קול פֿון די מיזרח­די­קע ייִדן אין ישׂראל, וואָס האָבן געליטן, און למעשׂה לײַדן עד-היום, פֿון דיסקרימינאַציע און פֿון אַ ני­דעריקן געזעלשאַפֿטלעכן סטאַ­טוס. בלויז ווען מע פֿאַרבינדט די צווישן-מלו­כישע ענינים מיט די סאָציאַ­לע ענינים, באַקומט מען אַן עכט־לינ­קע באַוועגונג וואָס איז בכּוח אויפֿ­צו­בויען אַ נײַע און שענערע וועלט.

ס׳רובֿ פֿון דער צײַט, זאָגט אונדז כּחלילי, האָבן די ישׂראלדיקע באַ­וועגונגען, וואָס ווערן באַטראַכט ווי לינקע, געהאַט אין זיך אַ ריי אינער­לע­כע סתּירות, וואָס דערמעגלעכן ממש נישט צו פֿאַרווירקלעכן פֿון דעם לינקן סדר-היום. דאָס וואָס די לינקע זײַט דעפֿינירט צום מערסטנס, זאָגט כּחלילי אויף אַן אינטערוויו, איז דער ווערט פֿון „גלײַכהייט”. און ער באַווײַזט אין די פֿיר טיילן פֿון דער סעריע ווי פּראָבלעמאַטיש האָבן אָפֿט, די אַזוי גערופֿע­נע ישׂראלדיקע לינ­קע קרײַזן, געקוקט אויף אָט דעם ווערט. די הסתּדרות, למשל, וואָס זאָל האָבן עקזיסטירט, כּדי צו רעפּרעזענ­טירן די אינ­טערעסן פֿון די אַרבע­טער, איז נאָך 1948 גלײַכ­צײַטיק גע­וואָרן סײַ דער אַרבעטער-פֿאַר­איין, סײַ דער אַרבעט-געבער אַליין — אַן יסודות­דיקע סתּירה לכל-הדעות.

ווײַטער. די קיבוצים פֿלעגן בײַ זיך אין דער היים יאָ אײַנפֿירן אַ יחיד-במינודיקע סיסטעם פֿון קאָ­לעק­טיוו-פּראָדוקציע. וווּ ליגט פֿאָרט די פּראָב­לעם? קודם-כּל, דאַרפֿן אמת­דיקע סאָציאַליסטן נישט לעבן אָפּ­געזונדערט און איזאָלירט פֿון זייער סבֿיבֿה. און דאָס זאָגט שיין דער מחבר סאַמי מי­כאל, איינער פֿון די אינטערוויויִר­טע, אַז די קיבוצים פֿלעגן זיך אַרומ­רינגלען מיט פּלויטן, נישט כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן פֿו­נעם שׂונא, נאָר זיך אָפּטיילן פֿון די מענטשן פֿון זייער אייגענעם פֿאָלק — פֿון די מיזרחדיקע ייִדן. והשׁנית, האָט מען נישט ווייניק פֿון די קיבוצים פֿאַק­טיש פֿאַרלייגט אויף די טעריטאָ­ריעס פֿון עוואַקויִרטע אַראַבי­שע דער­פֿער. וואָס איז עס — „ברודער­שאַפֿט צווישן פֿעלקער”? גייט דאָס זוכן אַנדערש וווּ. אָט די משלים זענען גענומען נאָר פֿון דעם ערשטן עפּיזאָד, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט די יאָרן 1948 ביז 1966. די סעריע איז כראָנאָ­לאָ­גיש געבויט אַזוי, אַז דער ווײַטערדיקער קאַ­פּיטל באַהאַנדלט די יאָרן 1967—1977 — און באַ­ווײַזט ווי די אַלע ציוניסטישע לינקע קרײַזן האָבן גע­שטיצט די באַזעצונג פֿון די נײַע אָקופּיר­טע שטחים אַחוץ, ווי גע­זאָגט, מאַרגינאַ­לע גרו­פּעס ווי „מצפּן” און „מוקד”. די „גאַנץ ארץ-ישׂראל” באַוועגונג איז פֿאַק­טיש פֿאַרלייגט גע­וואָרן דורך די קיבוצניקעס.

די ישׂראלדיקע „שוואַרצע פּאַנטערן” דעמאָנסטרירן אין די 1970ער יאָרן 
אין ישׂראל.
די ישׂראלדיקע „שוואַרצע פּאַנטערן” דעמאָנסטרירן אין די 1970ער יאָרן אין ישׂראל.

דער דריטער קאַפּיטל רעדט וועגן די יאָרן 1977—1992, ווען די סאָ­ציאַל-עקאָנאָמי­שע לינ­קע זײַנען פֿאַרשטילט גע­וואָרן, לטובֿת דער אויס­שליס­לעכער אַר­בעט אַרום דעם ישׂראל-פּאַלעס­טי­נער סיכסוך. עס שפּיגלט זיך בולט אָפּ אין דעם סדר-היום פֿון דער חוץ-פּאַר­לאַ­מענ­טאַרישער באַ­וועגונג „שלום-עכ­שיו”, וואָס האָט זיך געהאַלטן „נייט­ראַל” מכּוח די סאָציאַל-עקאָ­נאָ­מישע פֿראַגעס. אין דער אמתן, רעדט זיך, ליידער, צו אָפֿט וועגן די לינקע עלי­טאַר-בירגערלעכע קרײַזן; אַ פֿאַר­מאַכטער קלוב, וואָס האָט ליב זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן מיט די פּאַלעס­טי­נער און וואָס האָט געגרינדעט דער­צו אַ זעלטן־עפֿעקטיווע „אַסאָציאַ­ציע” („עמותּה” אויף העברעיִש) מיט אַ נישטיקער השפּעה אויף די ברייטע­רע שיכטן פֿון דער געזעל­שאַפֿט. אַזוי ווי זי זעט אויס הײַנט איז גרינג צו האַסן אַזעלכע גרופּעס, און פֿאַר די רעכטע קרײַזן — אויפֿצוהעצן קעגן זיי מיט הצלחה אין דעם דעת-הקהל.

דער פֿערטער און לעצ­טער קאַ­פּיטל באַ­האַנדלט די יאָרן פֿון אָס­לאָ, און דעם דורכפֿאַל פֿון יענעם פּראָצעס. ער דערגייט ביזן הײַנ­טיקן טאָג, כּדי אַרומצורעדן די טעמע, וואָס פֿאַר כּחלילי איז לכתּחילה גע­ווען דער הויפּט-פּונקט פֿון דער סע­ריע: די סאָציאַלע פּראָ­טעסטן פֿון זומער-2011. צי ווײַזן זיי באמת אָן אויף דעם אומקער פֿון די לינקע צו דער פּאָליטישער אַרע­נע? צי האָבן די פּראָטעסטן בכלל אַמאָל באַלאַנגט צו די לינק-געשטימטע? דער ענט­פֿער אויף דעם, לויט דער סעריע, איז ניין.

אַ טייל מנהיגים פֿון די פּראָ­טעסטן דער­ווײַטערן זיך אויף וויפֿל נאָר ס׳איז מעגלעך פֿון אַזעלכע „אַל­טע באַגריפֿן” ווי רעכטס און לינקס; און בפֿרט פֿונעם אידענטיפֿיצירן זיך אַליין ווי לינקע (למשל, די אַרבע­טער-פּאַרטיי). דער סאָציאַליסטי­שער קאַנדידאַט צו שטיין בראָש פֿון דער „מרצ”־פּאַרטיי פֿאַרלירט צו דער לי­בעראַל-עליטאַרער קאַנדידאַטקע. און די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי „חד״ש” ווערט מער נאַציאָנאַליסטיש-גע­שטימט, צוליב דער קאָנ­קורענץ מיט דער אַראַבישער בירגערלעך-נאַ­ציאָ­נאַליסטישע פּאַרטיי „בל״ד”. קומט מען בײַם סוף אויס מיט געפֿילן פֿון ייִאוש און היל­פֿלאָזיקייט? אויך זייער טיפּיש פֿאַר די ישׂראל­דיקע לינקע.

די סעריע „אויף דער לינקער זײַט” איז נישט פֿרײַ פֿון חסרונות: זי גיט אַן אויבערפֿלעכ­לעכן קוק אויף פֿאַרשידענע טעמעס; זי איז שלעכט רעדאַקטירט דאָ און דאָרטן (דער אינ­טער­וויו מיט גאולה כּהן איז לגמרי אומניי­טיק געווען); און כּחלילי אַליין באַשליסט נישט וואָס ס׳איז אים וויכטיקער: דער ענין שלום צי די סאָציאַלע ענינים. דערצו מוז ער באַדאַנ­קען דעם דאָקומענטאַ­ריסט ערן טאָרבינער (זע: עדי מהלאל, אוגוסט 31, 2012), וואָס כּחלילי איז אים נישט-ווייניק שולדיק פֿאַרן דער­ציילן שוין אַ היפּש-ביסל פֿון דער דאָזיקער געשיכ­טע. אָבער זי איז פֿאָרט רעקאָמענדירט צו­ליב איר דער­הײַנטיקן דעם קוקווינקל, און זי איז, בלי-ספֿק, וויכטיק צוליב דער זעל­טענער גע­בענטשטער אָפֿענער-דיס­קוסיע, וואָס זי שאַפֿט אַרום אָט דער טעמע. צי האָט זי די לינקע קרײַזן ממש מיט עפּעס געהאָלפֿן אין די וואַלן? לויט די פֿרישע רעזולטאַטן, קען מען באַמערקן עפּעס אַן איבערגאַנג צו אַ מער מעסיקער ריכ­טונג, אָבער דער דערוואַרטער לינקער איבער­קער איז נאָך נישט פֿאָרגעקומען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.