200 יאָר נאָך דעם „אַלטן רבינס‟ הסתּלקות

The Alter Rebbe‘s 200th Yahrzeit

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 01, 2013, issue of February 15, 2013.

מיט 200 יאָר צוריק, דעם 24סטן טאָג פֿו­נעם חודש טבֿת, איז ניפֿטר געוואָרן רבי שניאור-זלמן פֿונעם שטעטל ליאַדי, דער גרינדער פֿו­נעם חב״ד-חסידות. די חסידים אַליין באַנוצן זיך מיט אַ מער דערהויבענעם טערמין, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַן עכטן צדיק, וועלכער איז נסתּלק געוואָרן — אַרויפֿגעגאַנגען פֿון עולם-הזה אין די העכערע וועלטן. די ליובאַוויטשער חסי­דים אַרום דער וועלט האָבן לעצטנס דורכ­גע­פֿירט, און פֿירן איצט ווײַטער דורך, פֿאַרשיי­דע­נע אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם „אַלטן רבינס‟ הסתּלקות. פֿאַר אַ חסיד איז דעם רבינס יאָר­צײַט נישט אַ טרויעריקע דאַטע, נאָר אַ נאַטיר­לע­כער שטאַפּל אין דער געשיכטע פֿון זייער באַ­ווע­גונג און אַ סיבה צו פּראַווען אַ שׂימחה.

אין דער הײַנטיקער וועלט איז חב״ד צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ מין „מיסיאָנערישע‟ באַוועגונג, וועלכע פֿירט אַן אַקטיווע טעטי­קייט צווישן וועלטלעכע ייִדן און באַשטייט, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון בעל-תּשובֿות. אַזאַ טע­טי­קייט האָט געשאַפֿן אין די ליובאַווי­טשער קהילות אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער, וווּ עס פֿילט זיך פֿאַקטיש נישט קיין חילוק צווישן די „געבוירענע‟ און „געוואָרענע‟ חסי­דים. בקיצור, ווערט הײַנט חב״ד אָפֿט באַטראַכט גיכער ווי אַ רעליגיעזע באַוועגונג, און נישט ווי אַ פֿילאָסאָפֿישע שיטה.

מיט 200 יאָר צוריק, ווען דער לעגענדאַרער גרינדער פֿונעם חב״ד-חסידות איז אַוועק אויף יענער וועלט, האָט זײַן באַוועגונג זיך צע­טיילט אויף צוויי גרויסע מחנות. איין גרופּע האָט אויסגעקליבן פֿאַרן נײַעם רבין דעם אַלטן רבינס זון, דובֿ־בער שניאורי, באַקאַנט ווי דער „מיטעלער רבי‟; מיט דער צווייטער האָט אָנ­געפֿירט רבי אַהרן סטראַשעליער, אַ גרויסער און פּאָפּולערער תּלמיד פֿון רבי שניאור-זלמ­נען. דער צווייטער צווײַג האָט נישט עקזיס­טירט לאַנג; נאָך רבי אַהרנס טויט האָבן אַ סך פֿון זײַ­נע חסידים אַוועק צום דריטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם-מענדל שניאורסאָן, דעם „צמח-צדק‟, און אַ טייל זענען אַריבער צום ווילעדניקער רבין.

ווען מע קוקט אַרײַן אין די ספֿרים פֿון דעם „מיטעלן רבין‟ און רב אַהרן סטראַשעליער, און מע לייענט די געשיכטע פֿונעם קאָמפּלי­צירטן מחלוקת צווישן די דאָזיקע צוויי רביים, זעט מען קלאָר, אַז בײַ ייִדן אין ליטווישע און רײַסישע שטעטלעך האָט מיט 200 יאָר צוריק געבליט אַ גאָר טיפֿע אינטעלעקטועל-גײַס­טי­קע קולטור.

דער „אַלטער רבי‟ האָט אַנטוויקלט אַן אייגענע ווערסיע פֿון פּאַנטעיִסטישער טעאָ­לאָ­גיע. אין זײַן קלאַסישן ספֿר „תּניא‟ און אַנדע­רע ווערק דערקלערט ער, אַז אַלץ אין דער וועלט איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. אין פֿאַר­גלײַך מיט שפּינאָזעס מאַטעריאַליסטישן פּאַנ­טעיִזם, שטעלט חב״ד דעם אַקצענט אויפֿן אינער­לעכן אַספּעקט פֿונעם וועזן. פֿון דער געוויינט­לע­כער פּערספּעקטיוו, איז די גשמיותדיקע וועלט, בדרך־כּלל, אַ פֿינצטערער פּלאַץ, וווּ עס הערשן בייזע און פֿאַרפֿירערישע כּוחות. אויב מע פֿאַרטיפֿט זיך אין פֿילאָסאָפֿיש-מיס­טי­שע מעדיטאַציעס, קאָן מען אָבער דערזען, אַז הינטער דעם טונקעלן שאָלעכץ באַהאַלט זיך דאָס ליכט פֿונעם געטלעכן אין-סוף. אַדרבה, דאָס עצם-פֿינצטערניש איז אויך אַן אַנט­פּלע­קונג פֿון געטלעכקייט — אַ ווירטועלער באַ­ריער, וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, אַז ס׳איז פֿאַ­ראַן עפּעס אַחוץ דעם באַשעפֿער. די חב״ד-שיטה איז נישט בלויז אַ ספּעקולאַטיווע פֿילאָסאָ­פֿיע, נאָר אַ פּראַקטישער דרך פֿון מעדיטאַטיווע שׂכל-געניטונגען, וועלכע קאָנען טראַנספֿאָר­מירן דעם אויפֿנאַם פֿונעם מענטש און ברענגען זײַן נשמה צום ביטול — צעלאָזונג פֿונעם געוויינט­לעכן „עגאָ‟ אינעם געטלעכן ליכט.

דאָ איז וויכטיק צו דער­קלערן, אַז די קאָנ­צעפּ­ציע פֿון געטלעכקייט אין חב״ד איז ווײַט פֿון דער נאַיִווער מאָנאָטעיִסטי­שער מאַסן-טעאָלאָגיע. על-פּי חב״ד, איז דאָס עצם-גע­טלעכקייט מחוץ אַלע באַ­גריפֿן און דע­פֿי­ני­ציעס, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע עני­נים, ווי פּער­זענלעכקייט און עק­זיסטענץ. לגבי אונדז, ווען מיר קוקן אַרײַן אינעם „הינטערגרונט‟ פֿו­נעם וועזן, אַנטפּלעקט ער זיך אין אַ כּמו־פּער­זענ­לעכער פֿאָרעם, וועדליק דער מדרגה פֿונעם מענטש.

רבי אַהרן סטראַשעליערס גאָר טיפֿע ספֿרים, וועלכער זענען הײַנט פּאָפּולער בײַ די „תּולדות-אַהרנער‟ חסי­דים, פֿאָקוסירן זיך מער אויף דער פּאַראַדאָק­סי­שער און אומפֿאַר­שטענד­לע­כער נאַטור פֿו­נעם וועזן און דערמאָנען צו­מאָל די עקזיסטענציאַ­ליס­טישע פֿילאָסאָ­פֿיע. דער „מיטעלער רבי‟ דער­קלערט זײַן טאַטנס שיטה אין אַ מער סיסטעמאַטישן, „קאַלט-ליט­ווישן‟ סטיל.

אַחוץ דעם ספֿר „תּניא‟, וועלכער ווערט שטודירט הײַנט טאָג-טעגלעך אין די חב״ד-קהילות — צומאָל גענוג טיף, צומאָל בלויז אויבער­פֿלעכלעך — האָט דער אַלטער רבי, צו­זאַמען מיט זײַנע גײַסטיקע יורשים, איבער­געלאָזט אַ ריזיקע ליטעראַטור, וועלכע קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט געוויסע ווײַט־מיזרחדיקע טראַדיציעס. הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו פֿון באָברויסק האָט נאָך מיט 100 יאָר צוריק באַ­מערקט די ענלעכקייט צווישן דעם חב״ד-חסידות און בודיזם.

אַ סך מענטשן — אַפֿילו די, וואָס זענען באַ­קאַנט מיט דער ליובאַוויטשער פֿילאָסאָפֿיע — באַטראַכטן הײַנט חב״ד ווי אַ מאָנאָלי­טי­שע באַוועגונג. אויף דער פֿרומער גאַס קאָן מען אָפֿט הערן, אַז „אין חב״ד‟ טראָגט מען אַ געוויסן מין קאַפּעליוש און קאַפּאָטע, עסט מען פֿרישטיק פֿאַרן דאַוונען אָדער מע שטיצט די סאַמע רעכטע פּאַרטייען אין ישׂראל. אַזעל­כע הנהגות זענען טאַקע פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער אָרגאַניזאַציע „חב״ד-ליובאַ­וויטש‟, אָבער האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דער היס­טאָרישער חב״ד-באַוועגונג, וועלכע האָט באַ­שטאַנען פֿון היסטאָרישע צווײַגן.

איין אַזאַ צווײַג, וועלכער האָט זיך אָפּ­געטיילט פֿון דער ליובאַוויטשער דינאַסטיע מיט כּמעט 100 יאָר צוריק, איז נאָענט צו די נטורי-קרתּא און איז באַקאַנט ווי „מלאָכים‟, ווײַל איר גרינדער, הרבֿ חיים-אַבֿרהם-דובֿ־בער לעווין האָט פֿאַרדינט דאָס צונעמעניש „מלאך‟ פֿאַר זײַן עקזאַלטירטער „יענוועלטי­שער‟ אויפֿפֿירונג. זיי גייען אָנגעטאָן ווי די סאַטמאַרער חסידים און קאָנען באַ­טראַכט ווערן ווי אַ מין סינטעז צווישן חב״ד און סאַטמאַר.

לעבנדיק אין רוסלאַנד, האָט דער מחבר פֿון די שורות נישט איינמאָל געטראָפֿן על­טע­רע פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנדער חב״ד-צווײַג — די קאָפּוסטער חסידים, געגרינדעט דורך רבי יהודה-לייב שניאורסאָן, איינער פֿונעם „צמח-צדקס‟ זין. אין פֿאַרגלײַך מיט די ליובאַווי­טשער, האָבן זיי געהאַלטן, אַז די אָריגינעלע תּורת-החסידות איז נישט אָפּגעהיט געוואָרן ווי גע­הע­ריק. דער דאָזיקער געדאַנק האָט מערקוויר­דיק משפּיע געווען אויף די הײַנטיקע סאַטמאַ­רער חסידים, וועלכע שטעלן דעם אַקצענט אויפֿן פּשוטן ייִדישן לעבן און נישט אויף הויכע מיס­טישע עבֿודות.

אַחוץ די קאָפּוסטער חסידים, זענען אין דער געשיכטע געווען נאָך אַ סך אַנדערע סאָרטן חב״דניקעס, אָנגעפֿירט דורך פֿאַר­שיי­דע­נע אייניקלעך פֿונעם „צמח-צדק‟ אָדער אַנט­וויקלט דורך פּראָמינענטע חסידים. די וויכ­טיקסטע ירושה פֿונעם „אַלטן רבין‟ איז אָבער נישט די גרויסע צאָל נאָכפֿאָלגער. דאָס חב״ד-חסידות, זײַענדיק גאָר אַ טיפֿע, רײַכע און גע­נוג-פּלוראַליסטישע טראַדיציע, דינט ווי אַן עדות פֿונעם גאָר־הויכן פֿילאָסאָפֿיש-רוחניות­דיקן ניוואָ אין דער אַמאָליקער ייִדישער וועלט — אַפֿילו אין אַזעלכע קליינע דערפֿלעך, ווי ליאַדי און ליובאַוויטש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.