אַ מקום פֿאַר גײַסטיקע פֿרומע פּאַציענטן

Haven for Hasidic Psychiatric Patients

דער „פּרעסביטעריאַן שפּיטאָל‟ אין וועסטשעסטער, וווּ עס געפֿינט זיך דער אָפּטייל
דער „פּרעסביטעריאַן שפּיטאָל‟ אין וועסטשעסטער, וווּ עס געפֿינט זיך דער אָפּטייל

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 04, 2013.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען פּובליקירט אַ שטודיע אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, וואָס האָט אָנגעוויזן, אַז אַ צאָל גײַסטיק קראַנקע לײַט אין די פֿרומע קרײַזן, בפֿרט בײַ די חסידים, באַקומען נישט קיין פּסיכיאַטרישע הילף.

די פּסיכאָלאָגן, וועלכע האָבן דורכגעפֿירט די שטודיע, האָבן אָנגעגעבן עטלעכע מעגלעכע סיבות: ערשטנס, די טענדענץ בײַ די חסידים צו באַטראַכטן גײַסטיקע קראַנקייט ווי אַ פֿלעק אין דער משפּחה (און במילא אַ שטער בײַם זוכן שידוכים); צווייטנס, קאָנען די הוצאָות פֿון פּסיכיאַטרישער הילף שטײַגן זייער הויך, בפֿרט אויב מע האָט נישט קיין אָנגענומענע געזונט־פֿאַרזיכערונג; און דריטנס, זענען די רבנים פּשוט נישט טרענירט צו דערקענען די סימנים פֿון גײַסטיקער קראַנקייט, און ווייסן נישט ווי ווײַט מע וואָלט געקאָנט העלפֿן די מענטשן צו פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן, דורך מעדיקאַמענטן און פּסיכאָטעראַפּיע.

איין פּראָגראַם, וואָס באַמיט זיך צו העלפֿן די פּאַציענטן פֿון די חרדישע קרײַזן, איז „די האָרײַזאָן עט וועסטשעסטער‟ (The Horizon at Westchester) — אַ פּסיכיאַטרישער אָפּטייל פֿונעם „פּרעסביטעריאַן שפּיטאָל‟ אין ווײַט־פּליינס, נ״י. איר ציל: צופֿרידנצושטעלן די רעליגיעזע און קולטורעלע באַדערפֿענישן פֿון פֿרומע גײַסטיק־קראַנקע ייִדן.

דאָ רעדט זיך נישט בלויז וועגן געבן זיי כּשר עסן; כּמעט אַלע שפּיטאָלן הײַנט־צו־טאָג באַזאָרגן זייערע פֿרומע פּאַציענטן מיט מאָלצײַטן, צוגעגרייט אונטער אַ שטרענגער אָרטאָדאָקסישער השגחה. אין „האָרײַזאָן‟, דערמעגלעכט מען די פּאַציענטן צו בענטשן צוזאַמען שבת־ליכט און עסן אַ שבתדיקע מאָלצײַט, באַגלייט מיט זמירות; ערבֿ־סוכּות בויט מען אַ סוכּה אין שפּיטאָל־הויף, וואָס די פּאַציענטן העלפֿן באַפּוצן, און פּסח ריכט מען אָפּ פֿאַר זיי ביידע סדרים. אויף די ווענט הענגען עקזעמפּלאַרן פֿון די פּאַציענטן־רעכט — אויף ייִדיש.

די פּאַציענטן דאָ לײַדן, בדרך־כּלל, פֿון מאַניע־דעפּרעסיע (bipolar disorder, בלע״ז), סכיזאָפֿרעניע און אַ דריטע קראַנקייט, וואָס איז אַ געמיש פֿון די ביידע: schizo-affective disorder.

„האָרײַזאָן‟ איז געגרינדעט געוואָרן בלויז מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט דער דירעקטאָר, ד״ר פֿיליפּ ווילנער, געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר האָבן באַמערקט, אַז די פֿרומע ייִדישע פּסיכיאַטרישע פּאַציענטן זענען צעשפּרייט איבער אַלע אָפּטיילן פֿון שפּיטאָל, און האָבן באַדויערט, וואָס מיר האָבן זיי נישט געקענט העלפֿן מיט זייערע ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן,‟ האָט ער געזאָגט.

„איז מיר אײַנגעפֿאַלן, ווי גוט ס׳וואָלט געווען, ווען מע קאָן פֿאַרזאַמלען די חסידים און אַנדערע פֿרומע לײַט אין איין אָפּטייל, וווּ מע טרענירט דעם פּערסאָנאַל צו זײַן סענסיטיוו צו זייער רעליגיעזן און קולטורעלן הינטערגרונט,‟ האָט ווילנער געזאָגט.

ווען ער האָט פֿאָרגעלייגט דעם געדאַנק די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער פֿון „פּרעסביטעריאַן־שפּיטאָל‟, איז עס זיי דווקא געפֿעלן געוואָרן, ווײַל דער שפּיטאָל — אַליין געגרינדעט ווי אַ קריסטלעכע אינסטיטוציע — האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון אַרויסווײַזן סענסיטיווקייט צו די רעליגיעזע באַדערפֿענישן פֿון אַלע פּאַציענטן, האָט ווילנער דערקלערט.

הגם דערווײַל ווייסן נישט קיין סך מענטשן וועגן „האָרײַזאָן‟, באַקומט דער אָפּטייל הילף פֿון עטלעכע קוואַלן. די אָרגאַניזאַציע „ביקור חולים פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי‟ ברענגט יעדן ערבֿ־שבת חלה, הינדל און טשאָלנט אויפֿן אייגענעם חשבון, ווי אויך סידורים. דעם קומענדיקן חודש, לכּבֿוד פּורים, פּלאַנירט דער „ביקור חולים‟ צו פֿאַרווײַלן די פּאַציענטן דורך מוזיק און פּאַיאַצן.

„ד״ר ווילנער האָט אַ סך אויפֿגעטאָן, עס זאָל ווערן אַזאַ כּשרער אָפּטייל,‟ האָט באַמערקט אַהרון רײַנער, דער אַדמיניסטראַטיווער דירעקטאָר פֿון דער „קליניק פֿון גײַסטיקן געזונט‟ בײַ „ביקור חולים‟. „און ס׳איז טאַקע זייער וויכטיק פֿאַר אונדזער עולם, ווײַל ווען מע שיקט אַ היימישן מענטש צו אַ געוויינטלעכן פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל, ווערט פֿון איין פּראָבלעם — אַ סך נײַע פּראָבלעמען.‟

אַ צימער אויפֿגעשטעלט פֿון „ביקור חולים פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי‟, לטובֿת די פּאַציענטן און זייערע משפּחות. דאָס עסן אין פֿרידזשידער קענען זיי אָנוואַרעמען אינעם מילכיקן אָדער פֿליישיקן מיקראָכוואַלניק.
אַ צימער אויפֿגעשטעלט פֿון „ביקור חולים פֿון ראָקלאַנד־קאַונטי‟, לטובֿת די פּאַציענטן און זייערע משפּחות. דאָס עסן אין פֿרידזשידער קענען זיי אָנוואַרעמען אינעם מילכיקן אָדער פֿליישיקן מיקראָכוואַלניק.

ער דערציילט, צום בײַשפּיל, וואָס געשעט, ווען מע ברענגט אַ חסידישן יונגערמאַן צו אַ גרופּע־טעראַפּיע. „ער פֿילט זיך דאָרט זייער אומבאַקוועם צוליב די טעמעס וואָס מע רעדט, און דער גאַנצער אַטמאָספֿער. ער ענטפֿערט נישט אויף די פֿראַגעס, ער גיט גאָרנישט צו… טראַכט זיך דער סאָציאַלער אַרבעטער: ׳זע נאָר, ווי קראַנק ער איז, נעבעך…׳ אָבער ווען מיר קענען צושיקן אַ מענטש, וואָס זאָל שמועסן מיט אים, אים גיבן צו פֿאַרשטיין די זאַך, וועט ער זײַן גרייטער זיך צו באַטייליקן, און במילא קאָנען בעסער ווערן.‟

אַ צווייטער בײַשפּיל איז אין שײַכות מיט תּפֿילין, האָט רײַנער דערקלערט. לויט די תּקנות פֿון אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל, לאָזט מען נישט אַרײַן קיין שאַרפֿע זאַכן אָדער שטריקן, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז דער פּאַציענט זאָל נישט פּרוּוון, חלילה, צו באַגיין זעלבסטמאָרד. רײַנער האָט געהערט וועגן אַ פֿאַל אין אַ שפּיטאָל, וווּ די געזונט־אַרבעטער האָבן נישט דערלויבט קיין תּפֿילין, אָבער ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט ווי וויכטיק עס איז פֿאַר אַ פֿרומען ייִד, האָבן זיי צוגעזאָגט די פֿרומע פּאַציענטן, אַז אויב זיי וועלן זיך גוט אויפֿפֿירן, וועט מען זיי אָפּגעבן די תּפֿילין.

„די אַרבעטער האָבן באַטראַכט די תּפֿילין ווי אַ פּריווילעגיע, אָבער ייִדישקייט איז נישט קיין פּריווילעגיע,‟ האָט רײַנער באַמערקט.

„האָרײַזאָן‟ קריגט אויך הילף פֿון אַן אָרטיקן רבֿ, שמואל גרינבערג, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „יאָנג איזרעל אָוו ווײַט־פּליינס‟. „ראַבײַ גרינבערג עפֿנט די טירן פֿון זײַן קהילה פֿאַר אונדזערע געסט,‟ האָט ווילנער דערקלערט. „אויב אַ משפּחה וויל פּראַווען שבת מיטן פּאַציענט, געפֿינט גרינבערג אַן אָרט אין דער געגנט, וווּ זיי קענען אײַנשטיין. און כּמעט יעדן שבת קומען עטלעכע מיטגלידער פֿון זײַן שיל, מבֿקר־חולה זײַן די פּאַציענטן.‟

די אַמבולאַנס־נעץ „הצלה‟ איז אויך באַקאַנט מיט „האָרײַזאָן‟, און הגם זייערע אַרבעטער ברענגען נישט קיין פּאַציענטן אַהין, וועט „הצלה‟ אין מאָנסי אָדער ברוקלין, צום ווייניקסטן, לאָזן דער משפּחה וויסן, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ פּראָגראַם.

נישט געקוקט אויף דער שטיצע פֿון די אָרגאַניזאַציעס, געפֿינען זיך געוויינטלעך אין „האָרײַזאָן‟ נישט מער ווי 12 פֿרומע ייִדן, מוז מען במילא אָפּגעבן די אַנדערע 12 בעטן צו די נישט־ייִדישע פּאַציענטן. „אפֿשר האָבן מיר נישט געמאַכט גענוג פּירסום וועגן דעם,‟ האָט ווילנער באַמערקט.

במשך פֿון יאָר 2012 האָבן 150 פֿרומע ייִדישע פּאַציענטן זיך באַטייליקט אין „האָרײַזאָן‟, און זינט דער גרינדונג פֿון דער פּראָגראַם מיט פֿיר יאָר צוריק — בערך 470.

רײַנער האַלט אָבער, אַז די אמתע סיבה פֿאַר די ליידיקע בעטן איז אַ פֿינאַנציעלע. הגם „האָרײַזאָן‟ נעמט אָן די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון די גרויסע פֿירמעס ווי „אָקספֿאָרד‟ און „בלו־קראָס‟, קריגן אַ סך חסידים „מעדיקייד‟ דורך „פֿידעליס‟, וואָס די פּראָגראַם נעמט נישט אָן.

„אויב מע וועט מיט דער צײַט אויסאַרבעטן, אַז ׳האָרײַזאָן׳ זאָל יאָ אָננעמען ׳פֿידעליס׳, וועט איר שוין זען ווי גיך מע וועט די בעטן פֿאַרנעמען,‟ האָט רײַנער געזאָגט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.