אַראָפּרײַסן בנין אין וואַרשעווער געטאָ, צי נישט?

Should Warsaw Ghetto Building Come Down?


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 06, 2013.

אין וואַרשע פֿירט מען די טעג אַ וויכּוח וועגן דער פֿראַגע, צי מע זאָל צעשטערן אַ היסטאָרישן בנין, וועלכער דינט דער ייִדישער קהילה שוין 200 יאָר נאָכאַנאַנד, כּדי אויפֿצובויען אַ העכערע, מאָדערנערע געבײַדע.

אינטערעסאַנט איז, אַז די וועלכע ווילן אַראָפּרײַסן דאָס הויז, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן פֿונעם אַמאָליקן וואַרשעווער געטאָ, זענען דווקא די פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה. די קעגנער זענען אַ גרופּע היסטאָריקער, אַרכיטעקטן און סתּם אײַנוווינער, וועלכע האַלטן, אַז מע טאָר נישט צעשטערן דעם בנין, ווײַל עס האָט אַ ממשותדיקע היסטאָרישע ווערט.

דער אַזוי־גערופֿענער „ווײַסער בנין‟ אויף 6 טוואַרדאַ־גאַס איז איינס פֿון די איינציקע „ייִדישע‟ הײַזער, וואָס איז פֿאַרבליבן אין וואַרשע נאָך די באָמבאַרדירונגען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און איז דערפֿאַר געוואָרן אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן לעבן, וואָס האָט געבליט אין פּוילן ערבֿ דעם חורבן. דער בנין שטייט האַרט לעבן דער „נאָזשיק־שיל — די איינציקע פֿאַר־מלחמהדיקע סינאַגאָגע, וואָס עקזיסטירט נאָך אין וואַרשע. במשך פֿון דער מלחמה האָבן די דײַטשן פֿאַרוואַנדלט די שיל אין אַ פֿערדשטאַל, אָבער הײַנט טרעפֿט זיך דאָרט רעגלמעסיק אַן אָרטאָדאָקסישער מנין.

די ייִדישע כּלל־טוער האַלטן, אַז דער „ווײַסער בנין‟ איז נישט מסוגל צו באַדינען די וואַקסנדיקע ייִדישע קהילה אין וואַרשע. „ווי אַ ייִדישער קאָמונאַלער צענטער, איז דער ׳ווײַסער בנין׳ אָפּגעלאָזן, און אַ סך צו קליין,‟ האָט הרבֿ מײַקל שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון וואַרשע, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „מיר ווילן עס פֿאַרוואַנדלען אין אַ גרויסן קהילה־צענטער, מיט נײַע ביוראָען פֿאַר די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און צימערן פֿאַר כּלערליי אַקטיוויטעטן.

„ווען עס וואָלט געהאַט אַ פּרעכטיקע אַרכיטעקטור, וואָלט איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מע טאָר עס נישט אָראָפּרײַסן, אָבער דער בנין האָט נישט קיין ספּעציעל־קינסטלערישע עלעמענטן,‟ האָט שודריך באַמערקט. „ס׳האָט בלויז אַ סענטימענטאַלע ווערט.‟

מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די ייִדישע פֿירער אָנגעהויבן שמועסן מיט עטלעכע בוי־אונטערנעמער וועגן די מעגלעכקייטן פֿון איבערבויען דאָס הויז. לויטן פּלאַן, וואָלט דער אונטערנעמער געבויט אַ בנין פֿון 10־20 שטאָק; איבערגעלאָזט די אונטערשטע פֿינף גאָרנס פֿאַר דער ייִדישער קהילה, און די אַנדערע — וואָלט ער פֿאַרדונגען. אַלע הוצאָות פֿונעם פּראָיעקט וואָלט דער אונטערנעמער אַליין געדעקט.

דער נײַער בנין וואָלט אויך אַרײַנגענומען אַ גרויסן זאַל, וואָס די קהילה וואָלט געקאָנט ניצן פֿאַר קאָמונאַלע שבת־מאָלצײַטן, יום־טובֿ פֿײַערונגען און שׂימחות. די קהילה וואָלט דעם זאַל אויך געקאָנט פֿאַרדינגען צו דרויסנדיקע, און דערבײַ אַרײַנבאַקומען אַ ביסל הכנסה.

די קעגנער פֿונעם בוי־פּראָיעקט — וואָס נעמט אַרײַן סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן — טענהן, אַז דער „ווײַסער בנין‟ איז איינער פֿון די איינציקע פֿאַרבליבענע סימנים פֿונעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, און דערפֿאַר דאַרף מען עס לאָזן שטיין.

במשך פֿון די קומענדיקע חדשים וועט דער פּוילישער קולטור־מיניסטעריום דאַרפֿן באַשליסן, צי די ייִדישע קהילה האָט דאָס רעכט אַרונטערצורײַסן דעם בנין, צי נישט.

”אַוודאי איז נייטיק, אַז די קהילה זאָל קריגן אַ מאָדערנע, שפּאָגל־נײַע אײַנריכטונג, וואָס קאָן דינען אַלע אונדזערע באַדערפֿענישן,“ האָט דערקלערט פּיאָטער קאָוואַליק, דער וויצע־פֿאַרוואַלטער פֿונעם בילדונג־אָפּטייל בײַם ”מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן“. ”אָבער ווי אַ היסטאָריקער, האַלט איך שטאַרק, אַז מע מוז אויפֿהאַלטן די לעצטע רעשטלעך פֿון דער געשיכטע פֿון וואַרשע, און פֿון אונדזער ייִדישער קולטור־ירושה, נאָך דעם ווי די נאַציס און סטאַלין האָבן שיִער נישט פֿאַרטיליקט די שטאָט אין גאַנצן.“

אין וואַרשע געפֿינען זיך הײַנט זייער ווייניק אַלטע בנינים, ווײַל 90% פֿון זיי זענען באָמבאַרדירט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

„דער ׳ווײַסער בנין׳ איז אפֿשר נישט קיין קונסטווערק — האָט קאָוואַליק צוגעגעבן — אָבער וואַרשע איז הײַנט געוואָרן ממש אַ שטאָט פֿון שטאָל און גלאָז. דער ׳ווײַסער בנין׳ איז אַן אייגנאַרטיקער זכר פֿון דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט און אַ סימבאָל פֿון ייִדישן המשך דאָ אין וואַרשע.‟

ווען מע האָט געבויט דעם „ווײַסן בנין‟ מיט כּמעט 200 יאָר צוריק האָט עס, לכתּחילה, געדינט ווי אַ מיקווה. שפּעטער האָבן דאָרט געוווינט ייִדישע משפּחות, און אין די 1930ער יאָרן האָט די קהילה עס געניצט פֿאַר אַ טובערקאָלאָז־קליניק.

הײַנט געפֿינען זיך דאָרט די ביוראָען פֿון דער ייִדישער קהילה; פֿונעם זשורנאַל Midrasz (מידרש); אַ קליינער גימנאַסטיק־זאַל; אַ קלוב פֿאַר עלטערע לײַט און אַ קינדערקלוב. אַנדערע צימערן דינען ווי אַ קאַווע־הויז, אַ קאָמפּיוטער־צענטער און אַ ביבליאָטעק.

נאָך דער מלחמה, איז דאָס הויז געוואָרן אַ טרעפֿפּונקט פֿאַר דער שארית־הפּליטה, האָט איבערגעגעבן קשישטאָף ביעלאַווסקי, דער קאָאָרדינאַטאָר פֿונעם „ווירטועלן שטעטל־פּראָיעקט‟ בײַם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟. „אַן אַלטע פֿרוי, וואָס האָט געוווינט אינעם ׳ווײַסן הויז׳ גלײַך נאָך דער מלחמה, האָט מיר דערציילט, אַז ווען אַ פֿרעמדער פֿלעגט דעמאָלט קלאַפּן אין דער טיר, האָט זי תּמיד, צו ערשט, געפֿרעגט: ׳ביסט אַ ייִד?׳ און ווען ער האָט געזאָגט יאָ, האָט זי אים אַרײַנגעלאָזט.‟

אַ טייל פֿון די קריטיקער פֿונעם פּלאַן האָבן פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל בויען אַ נײַעם ייִדישן קהילה־צענטער אויף אַן אַנדער אָרט, ווי, למשל, צוויי גאַסן פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל.

„די פּראָבלעם מיט אַזאַ אָרט איז, אַז ס׳איז אַ לאַנגער שפּאַציר פֿון דער ׳נאָזשיק־שיל,‟ האָט שודריך דערקלערט. „דער נײַער בנין וואָלט געדאַרפֿט שטיין גלײַך לעבן דער שיל, כּדי די געסט פֿון מחוץ דער שטאָט זאָלן האָבן וווּ צו עסן אַ שבתדיקע אָדער יום־טובֿדיקע מאָלצײַט גלײַך נאָכן דאַווענען.‟

נישט געקוקט אויף דער חילוקי־דעות, האָפֿן ביידע צדדים צו געפֿינען אַ לייזונג. הרבֿ שודריך האָט געזאָגט, אַז אַפֿילו אויב די קהילה וועט איבערבויען דעם בנין וועט זי זיך באַמיִען אויפֿצוהאַלטן כאַראַקטעריסטישע עלעמענטן פֿונעם „ווײַסן בנין‟, ווי, למשל, די צוויי באַלקאָנען, און עטלעכע שילדן אויף ייִדיש, פּויליש און העברעיִש.

„מיר ווילן נישט קיין קאָנפֿליקטן, און דערפֿאַר זענען מיר גרייט אַרומצורעדן דעם ענין אויף אַ דיפּלאָמאַטישן אופֿן,‟ האָט ביעלאַווסקי געזאָגט. „פֿאַר אונדז איז עס נישט בלויז אַ פֿראַגע פֿון אויפֿהאַלטן די ייִדישע קולטור־ירושה, נאָר די געשיכטע פֿון וואַרשע בכלל.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.