דער שרײַבער־קרײַז

The Writers' Circle


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 08, 2013.

נישט ווײַט פֿון מיר געפֿינט זיך אַ שטעטעלע וואָס הייסט לייקלענד, אין פֿלאָרידע, און אין דער שטעטלשער ביבליאָטעק טרעפֿן זיך אַן ערך 20 מענטשן יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי, צווישן זיי: שרײַבער, פּאָעטן, נאָוועליסטן און מאָלער. צווישן זיי פֿרויען און מענער אין פֿאַרשיידענע עלטערס; איך וואָלט געשאַצט צווישן פֿערציק און נײַנציק.

זיי לייענען פֿאָר זייערע פּאָעטישע ווערק און פּראָזע שריפֿטן. ס’רובֿ זײַנען ייִדן. צווישן זיי אַ פֿײַנער דיכטער פֿון מאָנטרעאָל, אַ באַגאַבטע איטאַליענישע שרײַבערין, אַ לאָקאַלע פּאָעטעסע, אַ פּראָפֿעסאָרין וועלכע שרײַבט נאָוועלן, און יעדער איינער פֿון זיי שאַצט אָפּ יענעמס שעפֿערישקייט.

דאָס פּאָרפֿאָלק פֿון מאָנטרעאָל, מאַן און ווײַב, ער — אַ באַגאַבטער פּאָעט, זי סײַ אַ שרײַבערין און סײַ אַ מאָלערין. און כאָטש זיי קומען פֿון מאָנטרעאָל, וואָס אין זייער צײַט איז די שטאָט געווען אַ ריזיקער ייִדישער צענטער, קענען זיי דאָ און דאָרט אַ ייִדיש וואָרט.

לעבן מיר זיצט אַ פֿרוי אין מײַן עלטער, זי קומט פֿון יאַס, אין רומעניע; באַשרײַבט זי די שוידערלעכע יאָרן אונטער די סאָוויעטן. איר ענגליש איז אַ טראָפּן צעקאַליעטשעט, און קיין ייִדיש רעדט זי אויך נישט.

די חבֿרהמאַנטע פֿון ברוקלין, איז אַ פּראָפֿעסאַר פֿון “פֿלאָרידע אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט,” יעדע וואָך לייענט זי אַ קאַפּיטל פֿון איר נײַעם ראָמאַן וווּ די אַקציע קומט פֿאָר צווישן טיילאַנד און לאָנדאַן. זי קען אויך נישט קיין ייִדיש.

מיט איין וואָרט, די צוויי שעה לויפֿן פֿאַרבײַ שנעל און פֿון יעדן פּנים שײַנט אַראָפּ גרויס פֿאַרגעניגן; מ’האָט פֿאָרט עפּעס אויפֿגעטאָן, געהערט קריטיק וועגן דער ליטעראַרישער שאַפֿונג, דאָ און דאָרט הערט מען אַ נעגאַטיוון אָפּרוף.

אַלע ווייסן אַז איך שרײַב אויף ייִדיש — סײַ פֿאַרן “פֿאָרווערטס” און סײַ פֿאַר דער בינע. איך זעץ איבער אויף ענגליש מײַנע וועכנטלעכע שריפֿטן און זיי האָבן הנאה. אַלע ווילן דווקא וויסן עפּעס וועגן ייִדיש, אַלע ווילן וויסן עפּעס וועגן דעם “פֿאָרווערטס,” דער עיקר די ייִדן קענען זיך נישט אָפּוווּנדערן, אַז עס גייט אַרויס אַ ייִדישע צײַטונג אין ניו־יאָרק און ווער זײַנען די אָפּנעמער, די לייענער, און וויפֿל מענטשן לייענען הײַנט אַ ייִדישן בלאַט, איז פֿאַראַן צווישן די לייענער אַ ייִנגערער דור.

און איך לייג אַוועק גאַנצע טראַקטאַטן אויפֿקלערנדיק דעם פֿענאָמען ייִדיש פֿאַר ייִדן. זיי געדענקען נאָך אַ פּאָר ייִדישע ווערטער דאָ און דאָרט; די מאַמע, די באָבע, די מחותּנים. אָבער ס’האָט זיך נישט צוגעקלעפּט. הײַנט באַדויערן זיי אַז זייערע קינדער האָבן אַפֿילו נישט קיין אַנונג אַז זייערע נאָענטע, קרובֿים האָבן אַמאָל גערעדט אַ ייִדיש לשון.

זיץ איך צווישן דער חבֿרותא און באַדויער וואָס איך בין די איינציקע צווישן אַזאַ אָנגעלייגטן עולם וואָס רעדט אַ שפּראַך וואָס האָט אַמאָל געהערט צו זיי, אָבער מען האָט עס בראַקירט. אַ יעדערער פֿון זיי איז צופֿרידן מיט זייערע אויפֿטוען. די זון שײַנט און וואַרעמט די געמיטער. גאָטס וועלטל אין פֿלאָרידע איז אין זיבעטן הימל.

מײַנע קוזינען, אויך קאַנאַדער, האָבן זיך אוסטרויעט אין אַ “גייטעד קאָמיוניטי,” (באַוואַכטע קהילה); דאָס אָרט הייסט “ווינמאָר.” ס’געפֿינט זיך אויך לעבן מיר. פֿלאָרידע איז פֿול מיט אַזעלכע “קאָמיוניטיס, ס’רובֿ באַזעצט מיט מענטשן איבער זעכציק. דאָרט פֿאַרזאָרגט מען די אײַנוווינער מיט פֿאַרווײַלונג, מיט טראַנספּאָרטאַציע אויב מען האָט נישט קיין אויטאָ. ייִדן שפּילן קאָרטן, ווײַבער שפּילן “מאַזשאַנג,” און דער עיקר, איז מען גרייט נישט צו פֿאַרשפּעטיקן דעם “אוירלי בוירד ספּעשל,” (רעסטאָראַנען, וואָס סערווירן וועטשערע פֿון פֿיר נאָך מיטאָג ביז זעקס). פֿאַר די ווײַבער איז עס אַ גן־עדן; אויס גראַבלען זיך אין קיך. פֿאַר די מענער — אַן אוטשעכע; נישט צו עסן דעם ווײַבס געקעכץ.

ס’איז אָבער נישט פֿאַר מיר. צו מאָנאָטאָן און איך וואָלט זיך בשום אופֿן נישט געקענט צופּאַסן צו דער חבֿרותא. איך בין אַ בת־יחידה און קען זיך קוים צופּאַסן צו אַ קאָמונע וואָס באַשטייט בלויז פֿון איין עלטער, אָנעם געפּילדער פֿון יונגוואַרג און אָנעם גערודער פֿון גאַסן.

פֿלאָרידע איז טאַקע אַ גן־עדן וואָס איז נודנע ווי דעם רבינס מוסר. און פֿאַרגעסט נישט, אַז קאַפּ־הענער ווערן אויך נימאס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.