חידושדיקער מכשיר צו זען לעבעדיקע צעלן

Novel Device Obtains 3D Images of Living Cells

יאַן קאָט (רעכטס) און פֿאַטי טוי, צוויי יונגע פֿאָרשער בײַם פֿעדעראַלן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט פֿון לאָזאַן, שווייץ
Alain Herzog/EPFL
יאַן קאָט (רעכטס) און פֿאַטי טוי, צוויי יונגע פֿאָרשער בײַם פֿעדעראַלן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט פֿון לאָזאַן, שווייץ

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 11, 2013.

ס׳איז נישט קלאָר, ווער ס׳האָט דערפֿונדן דעם ערשטן מיקראָסקאָפּ. זאַכאַריאַס יאַנסען, אַ האָלענדישער ברילן־מײַסטער, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן טאַטע האָט געשאַפֿן אַ פֿאַרגרעסערונג־סיסטעם פֿון לינזעס בײַם סוף 16טן יאָרהונדערט. דער באַרימטער איטאַליענישער וויסנשאַפֿטלער גאַלילעאָ גאַליליי האָט דעמאָנסטרירט זײַן וואַריאַנט פֿון אַ מיקראָסקאָפּ אינעם יאָר 1609. במשך פֿונעם 17טן יאָרהונדערט איז עס שוין געוואָרן אַ באַקאַנטער מכשיר.

צוערשט, האָט מען געגלייבט, אַז מיט דער הילף פֿון ריכטיקע מכשירים קאָן מען פֿאַרגרעסערן אַן אָביעקט וויפֿל מע וויל. למעשׂה, האָט מען אָבער באַמערקט, אַז אַפֿילו מיט דער בעסטער אָפּטיק באַקומט זיך נישט פֿאַנאַנדערצוקוקן פּרטים קלענער ווי אַ צוויי־טויזנטל פֿון אַ מילימעטער. דער דײַטשישער וויסנשאַפֿטלער ערנסט אַבע האָט אינעם יאָר 1873 דערקלערט, פֿאַרוואָס דאָס איז אַזוי. דאָס ליכט איז אַ כוואַליע, ווי מע האָט שוין דעמאָלט געוווּסט, וואָס „פֿליסט אַרום‟ גענוג־קליינע אָביעקטן — אַזוי ווי אַ ים־כוואַליע אַרום אַ קליינעם שטיין. דער דאָזיקער פֿענאָמען, באַקאַנט ווי דיפֿראַקציע, באַגרענעצט דעם כּוח פֿון קלאַסישע אָפּטישע מיקראָסקאָפּן.

לעצטנס, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, האָבן די פֿיזיקער געשאַפֿן אַ ריי חידושדיקער מיקראָסקאָפּן, וועלכע „קליגן איבער‟ דעם דיפֿראַקציע-באַריער. דאָס, אַז ליכט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עלעקטראָ־מאַגנעטישע כוואַליע, קאָן אויך אויסגענוצט ווערן ווי אַ מעלה. אַדרבה, לעצטנס זענען געשאַפֿן געוואָרן האָלאָגראַפֿישע מיקראָסקאָפּן, וואָס מיט זיי קאָן מען באַקומען אַ דרײַ־דימענסיאָנעל טאָמאָגראַפֿיש בילד פֿון אַן אָביעקט און עס פֿאַנאַנדערקוקן ביז גאָר קליינע פּרטים. די חכמה באַשטייט אין דעם, וואָס אַ ספּעציעלע סיסטעם סקאַנירט די סטרוקטור פֿון ליכט־כוואַליעס, און אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם אַנאַליזירט דעם רעזולטאַט און באַשטעטיקט די פֿאָרעם פֿונעם באַקוקטן אָביעקט.

מיט דער הילף פֿון עלעקטראָנישע מיקראָסקאָפּן, האָבן די וויסנשאַפֿטלער שוין לאַנג געקאָנט אָבסערווירן איינצלנע מאָלעקולן און אַפֿילו אַטאָמען. דאָס איז אָבער אוממעגלעך צו טאָן מיט אַ לעבעדיקן אָרגאַניזם. אַ דאַנק די דערמאָנטע חידושדיקע מכשירים, האָט דער מצבֿ זיך געביטן. צום בײַשפּיל, האָט זיך מיט צוויי יאָר צוריק צום ערשטן מאָל אײַנגעגעבן צו פֿאָטאָגראַפֿירן אַ ווירוס אינעם געוויינטלעכן ליכט. יאַן קאָט און פֿאַטי טוי, צוויי יונגע פֿאָרשער בײַם פֿעדעראַלן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט פֿון לאָזאַן, שווייץ, האָבן איצט געשאַפֿן אַ האָלאָגראַפֿישן קאָמפּיוטער-טעלעסקאָפּ, וועלכער דערמעגלעכט צו באַקומען דרײַ־דימענסיאָנעלע בילדער פֿון לעבעדיקע צעלן, פֿאַרגרעסערט מער ווי 10,000 מאָל, אינעם געוויינטלעכן ליכט און אין אַ נאַטירלעכער סבֿיבֿה, אָן קיין ספּעציעלע פֿאַרבן אָדער זיךְ־לײַכטנדיקע מאַטעריאַלן. דער באַניצער פֿונעם חידושדיקן מיקראָסקאָפּ קאָן אויסקלײַבן אַ שיכט פֿונעם אָבסערווירטן אָביעקט און זיך אַרײַנקוקן אין זײַנע געדערעם — למשל, אינעם יאָדער פֿון אַ צעל.

מע קאָן זאָגן, אַז אַזאַ טעכנאָלאָגיע וועט ברענגען אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין ביאָלאָגיע און מעדיצין, וואָס קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיטן אַריבערגאַנג פֿון אַלטמאָדישע שוואַרץ־ווײַסע פֿאָטאָ-אַפּאַראַטן צו די הײַנטיקע קאָמפּיוטעריזירטע ווידעאָ־קאַמערעס. אינעם פֿעברואַר־נומער פֿונעם זשורנאַל „Nature Photonics‟, האָבן קאָט און טוי דערציילט, ווי אַזוי זיי האָבן פֿילמירט דעם וווּקס פֿון אַ לעבעדיקן נייראָן, ווי אויך אָבסערווירט אויף אַ דירעקטן אופֿן באַקטעריעס און מיקראָסקאָפּישע וואַסער־געוויקסן. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז, לויט דער באַשרײַבונג פֿון די עקספּערימענטן, האָבן זיי נישט געפֿאָדערט קיין זעלטענע און טײַערע אויסשטאַטונג. עס קאָן זײַן, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן אַזעלכע וווּנדערלעכע מיקראָסקאָפּן ווערן צוטריטלעך פֿאַר פּשוטע מענטשן.